דרעפט:זכור אב
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
זכור אב
|
---|
אֱלֹקֵינוּ וֵאלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ
זְכֹר הַנּוֹלָד בִּבְשׂוֹרַת יֻקַּח נָא מְעַט מַיִם
זְכֹר טָעַן מַקְלוֹ וְעָבַר יַרְדֵּן מַיִם
זְכֹר
מָשׁוּי בְּתֵבַת גֹמֶא מִן הַמַּיִם
זְכֹר
פְּקִיד שָׁתוֹת טוֹבֵל חָמֵשׁ טְבִילוֹת בַּמַּיִם
זְכֹר
שְׁנֵים עָשָׂר שְׁבָטִים שֶׁהֶעֱבַרְתָּ בְּגִזְרַת מַיִם
|
זכור אב נמשך אחריך כמים איז א פיוט פאר תפילת גשם וואס זיין מחבר איז נישט באקאנט,[1] און עס ווערט געזאגט ביי די מנהגים פון מזרח אשכנז[2] ביי מוסף פון שמיני עצרת. די פיוט בעט פון גאט אז אין זכות פון די ערליכקייט פון געוויסע צדיקים (צום ביישפיל אברהם אדער משה), זאל ער לאזן רעגענען דעם קומענדיגן ווינטער.
הינטערגרונט
לויט די הלכה, פון תפילת מוסף פון שמיני עצרת דארף מען אנפאנגען זאגן ביים דאווענען משיב הרוח ומוריד הגשם, ווייל דעמאלט הייבט זיך אן די סעזאן פון רעגן.[3] דעריבער, איז אנטוויקלט געווארן א מנהג צו זאגן ביים דאווענען די ספעציעלע תפילה עס זאלן אראפגיין גשמי ברכה. די פייטנים האבן פארפאסט צו די תפילה אסאך פיוטים וואס טוען אין וואסער און אין רעגן. און איינער פון די אנגעזעהענע פון זיי איז רבי אלעזר בירבי קליר (געוואוינט אין ארץ ישראל ביי די 6'טע יארהונדערט), וואס האט פארפאסט א לאנגע סיסטעם פון פיוטים פאר תפילת גשם. די פיוט איז די לעצטע פיוט אין די סיסטעם, אבער ווי ערווענט איז דאס לכאורה נישט פארפאסט געווארן דורך הקליר אליין, נאר איז צוגעלייגט געווארן צו זיינע פיוטים שפעטער דורך א אנדער פייטן וואס עס איז אונז נישט באקאנט זיין נאמען.
אינהאלט פון פיוט
אין יעדע גראם, בעט דער פיוט פון גאט אז ער זאל געדענקען איינער פון די אבות פון פאלק, און דערמאנט זיין פארבינדונג צו וואסער. אזוי צום ביישפיל, ביי די גראם וואס איז געווידמעט פאר משה ווערן דערמאנט די מעשה פון באהאלטן משה אין קאסטן אינעם יאור (שמות ב, ג), זיין אנטרינקען וואסער פאר די שאף פון יתרו (שמות ב, יז), און זיין שפאלטן דאס שטיין צו ארויסנעמען וואסער פאר די אידן. די טעמעס פון די גראמען זענען אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן און די אידן לענגאויס די דורות.
יעדע גראם ווערט געענטפערט דורכן קהל מיט א פזמון, וואס איז מסכם די געבעט פון 'געדענק' וואס איז אין די גראם און בעהט אז אין זכות פון דער צדיק וואס ווערט דערמאנט אין איר זאל גאט געבן רעגן. די פזמונים וואס טוישן זיך זענען "בעבורו אל תמנע מים" (דאס מיינט: וועגן יענער מענטש, זאלסטו נישט אפהאלטן פון אונז וואסער), און "בצדקו חון חשרת מים" (דאס מיינט: אין זכות זיין ערליכקייט, שענק אונז וואלקענעס פון רעגן).
די פלאץ פונעם פיוט ביים דאווענען
אריגינעל, איז די פיוט באשטימט, צוזאמען מיט די איבריגע פיוטים פון תפילת גשם, ביי חזרת הש"ץ פון מוסף, ביי די צווייטע ברכה ("מחיה המתים") אין איר דערמאנט מען געווענליך משיב הרוח ומוריד הגשם. נאכן ארויפגיין קיין ארץ ישראל פון די תלמידי הגר"א, האבן זיי אדאפטירט די מנהג פון די ספרדים צו זאגן תפילת גשם פאר מוסף אנשטאט אינמיטן חזרת הש"ץ, און זיי האבן איינגעפירט צו זאגן נאר די פיוט פאר שטייענדיגע דאווענען פון מוסף.[4] אזוי איז היינט איינגעפירט אין אסאך קהילות (בעיקר ביי נוסח אשכנז). ביי אנדערע קהילות איז נאך איינגעפירט צו זאגן דעם פיוט אינמיטן חזרת הש"ץ, אבער א מערהייט זאגן נאר די פיוט (און די "מגן" און די "מחיה"), און נישט די גאנצע סיסטעם פון הקליר.
דרויסנדע לינקס
- הפיוט אין וועבזייטל הזמנה לפיוט
- זוך אויף זכור אב אינעם מדינת ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק
רעפערענצן
- ↑ די פיוט ערשיינט אין די סיסטעם פון די פיוטי גשם פון רבי אלעזר הקליר, אבער ווי עס זעט אויס איז די פיוט צוגעלייגט געווארן אין א שפעטערע צייט, וויבאלד עס ערשיינט נישט אין די שטיקלען פון די קאיר גניזה. זעהט ביי דניאל גאלדשמידט און יונה פרענקל, מחזור לסוכות ושמיני עצרת, עמ' לח.
- ↑ אין די מערב אשכנז מנהגים, זאגט מען אנשטאט דעם די פיוט אים זכר נא לשאלי מים, זעהט דניאל גאלדשמידט און יונה פרענקל מחזור לסוכות, ירושלים תשמ"ב, עמ' 427-430.
- ↑ משנה, תענית א, ב
- ↑ טראץ די מנהג פון גר"א אליין וואס האט געזאגט די גאנצע תפילת טל וגשם אין חזרת הש"ץ, זעהט מעשה רב קסג.
סוכות | ||
---|---|---|
טעג | יום טוב ראשון • חול המועד סוכות • הושענא רבא • שמיני עצרת • שמחת תורה | |
סוכה | סכך • עסן אין סוכה • שלאפן אין סוכה • לישב בסוכה • אושפיזין • מצטער פטור מן הסוכה • תשבו כעין תדורו • מעמיד • דופן עקומה • הלכות סוכה | |
ארבעה מינים | אתרוג, לולב, הדס און ערבה • הלכות ארבעת המינים • קיישעלע | |
מנהגים | הושענות • הקפות • חיבוט ערבה • זכר לשמחת בית השואבה • תיקון ליל הושענא רבא | |
מצוות בזמן בית המקדש |
מצוות ערבה במקדש • הקפת המזבח • ניסוך המים • שמחת בית השואבה • הקהל • שלמי שמחה | |
שמיני עצרת און שמחת תורה | תפילת גשם • וזאת הברכה • שמחת תורה פאן • הקפות פון שמחת תורה • הקפות שניות | |
תפילות און פיוטים | הושענות (כהושעת אלים) • פיוטי הגשם (אף ברי · זכור אב · שפעת רביבים) • מפי קל • סוכה ולולב לעם סגולה • משה אמת | |
פארשידנס | שמחת יום טוב • מסכת סוכה • סהרנה | |
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער