פארטל:המכלול נייעס/תשרי תשפ"ד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

נייעסלעך אויפן זייטל פון דורכאויס חודש תשרי ה'תשפ"ד, פון נאך די ימים נוראים.

  • אנגעהויבן און געענדיגט בעז"ה די סעריע פון סארטן יארן (קביעות)
  • איר קענט זען א "לעבעדיגע פאראויסקוק" בשעת איר רעדאגירט, וואס ווערט כסדר אויפגעפרישט לויט וואס איר שרייבט. אויב זעט איר נישט דעם מעגליכקייט, גייט צו בעטא-פונקציעס און מאכט זיכער עס צו אקטיווירן.
  • פארקורצטע געביט נעמען זענען צוגעלייגט געווארן. צום ביישפיל, קענט איר נוצן בש:תנא קמא אנשטאט ארויסשרייבן באַניצער שמועס:תנא קמא. זעט דא א פולע ליסטע פון די קיצורים.
  • אונטער ארטיקלען אין הויפט געביט קומט ארויף אן אויסוואל פון "פארבונדענע ארטיקלען", וועלכע דער סיסטעם באטראכט אלס גענוג נאנט און ענליך צום ארטיקל וואס איר האט יעצט געליינט.
  • עס מאכט זיך כסדר ביי גוט-באארבעטע ארטיקלען אז עטליכע מראי מקומות זענען בעצם צו איין מקור, און דער חילוק איז נאר אין סעיף קטן אדער סימן. א נייע "דארט" פאראמעטער צום הערה מוסטער געבט דעם מעגליכקייט קלאר און פראפעסינאנאל צאמצושטעלן אזעלכע מקורות. (זעט לישב בסוכה פאר עטליכע ביישפילן).
  • אויב לינקט איר צו א באדייטן בלאט ביים רעדאגירן, עפעס וואס איז געווענליך א טעות, וועט ערשיינען א זייטיגע קעסטל וואס וועט אייך אויפמערקזאם מאכן דערוועגן.
  • די פרישע שמועס-בלעטער ארבעטן שוין כראוי וכהוגן, אנדערש ווי געווען, ומיגו דזכינן איז עס אויך פארראכטן געווארן אויף המכלול העברי.
  • א נייע פארזער פונקציע האט אנגעהויבן ארבעטן, {{#cscore:}}, וואס קען ווערן גענוצט צו רעכענען די פונקטן פון א געוויסן באניצער.
{{#cscore:צמא לדעת|score}} ⇐ 26,685 פונקטן
{{#cscore:צמא לדעת|changes}} ⇐ 102,810 טוישונגען
{{#cscore:צמא לדעת|pages}} ⇐ 26,131 בלעטער
  • ענליך דערצו איז {{PAGEAUTHORS}}, וואס געבט א ליסטע פון ביישטייערער צו א געוויסע בלאט (אדער פון בלאט אין וועלכע עס איז געשריבן, אויב קיין נאמען איז נישט אנגעגעבן), סארטירט לויט וויפיל זיי האבן בייגעשטייערט.
{{PAGEAUTHORS}} ⇐ צמא לדעת
{{PAGEAUTHORS:פיר תקופות}} ⇐ שווערמער, גרשון, נייטראלער, תנא קמא
די און אנדערע פונקציעס וועלן אי"ה בקרוב אויסגענוצט ווערן, דורך ספעציעלע מוסטערן און אנדערע אופנים, צו געבן אונזערע פלייסיגע עורכים דעם כבוד הראוי.
  • איר קענט זיך שוין באדאנקען מיט צופרידנהייט, אן דעם וואס דער סיסטעם זאל פון אייך פאדערן א באשטעטיגונג אז איר האט טאקע געהאט בדעה אויסצופירן דעם געוואגטן שריט פון שיקן א דאנק...