דרעפט:בערלינער וואנט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די בערלינער וואנט (דייטש: Berliner Mauer, "בערלינער מויער") איז געווען א שלאַבאַן וואָס האט ארומגענומען מערב בערלין און אפגעהאלטן צוטריט צו עס פון מזרח בערלין און שכנות'דיגע געביטן פון מזרח דייטשלאנד דורכאויס די תקופה פון 1961 ביז 1989.

אין די יארן צווישן 1949 און 1961 זענען אנטלאפן בערך 2.5 מיליאן מזרח דייטשן פון מזרח דייטשלאנד צו מערב דייטשלאנד, אריינגערעכנט שטענדיג שטייגנדע ציפערן פון קאָמפּעטענטע ארבעטער, פראפעסיאנאלן און אינטעלעקטואלן. זייער פארלוסט האט געדראעט צו צעשטערן די עקאָנאָמישע לעבנספעאיגקייט פון דער מזרח דייטשער שטאַט. אין רעאקציע האט מזרח דייטשלאַנד געבויט אַ שלאַבאַן צו פאַרמאַכן צוטריט פון מזרח דייטשן צו מערב בערלין און דערמיט צו מערב דייטשלאַנד.

יענער שלאַבאַן, די בערלינער וואנט, איז צום ערשט אויפגעשטעלט געווארן אין די נאַכט פון אויגוסט 12–13 1961, אלס רעזולטאַט פון אַ דעקרעט דורכגעפירט אום אויגוסט 12 דורך דער מזרח דייטשער וואָלקסקאַמער ("פאָלק'ס קאַמער"). דער אָריגינעלער וואַנט, געבויט פון שטעכל דראָט און צינדער בלאַקס, איז דערנאָך ערזעצט געווארן דורך אַ סעריע פון בעטאָן ווענט (אַרויף צו 15 פיס [5 מעטער] הויך) אין שפּיץ פון שטעכל דראָט און באוואכט מיט וואַכטורעמס, ביקס פלאצירונגען און מינעס.

אין די 1980ער האט דער סיסטעם פון ווענט, עלעקטעריזירטע צוימען, און באפעסטונגען זיך געצויגן 28 מייל (45 קילאמעטער) דורך בערלין, צעטיילנדיג די צוויי טיילן פונעם שטאט, און זיך געצויגן ווייטער פאר נאך א 75 מייל (120 קילאמעטער) ארום מעריב בערלין, עס אפּטיילנדיג פון די רעשט פון מזרח דייטשלאנד.

די בערלינער וואנט איז געקומען סימבאָליזירן די קאלטע קריג'ס צעטיילונג פון מזרח און מערב דייטשלאַנד און פון מזרח און מערב אייראָפּע.

אומגעפער 5,000 מזרח דייטשן האָבן באוויזן צו אַריבערגיין די בערלינער וואנט (דורך פארשידענע מיטלען) און דערגרייכן מערב בערלין בשלום, בשעת נאָך 5,000 זענען געכאפט געווארן דורך מזרח דייטשער אויטאריטעטן אינעם פּרואוו און נאך 191 זענען גע'הרג'עט געווארן בשעת'ן פאַקטיש אַריבערגיין דאס וואַנט.

מזרח דייטשלאַנד'ס שווער-ליניע קאָמוניסט פירערשאַפט איז אראפגעצוואונגען געווארן פון מאַכט אין אקטאבער 1989 בשעת די כוואַליע פון דעמאָקראַטיזאַציע סוועפּט דורך מזרח אייראָפּע.