טבת

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
►► טבת ◄◄
יום טוב / שבתון חג שאיננו שבתון יום זכרון או תענית


טבת איז דער פערטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער צענטער חודש ציילנדיג פון ניסן.

חודש טבת פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן דעצעמבער-יאנואר אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, און עס באצייכנט דער אנהויב פון ווינטער אין דעם צפון האלבקיילעך און פון זומער אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש תמוז אין צפון האלבקיילעך).

אין רוב יארן, פאלט אויס תקופת טבת אין דעם חודש.

אין דער לוח

אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז טבת אלעמאל א "חודש חסר" פון 29 טעג[1]. דער פאריגער חודש איז רוב מאל[2] א "חודש מלא", מיט דרייסיג טעג, און ראש חודש טבת באשטייט דאן פון צוויי טעג: ל' כסלו און א' טבת; צומאל איז כסלו אויך א חודש חסר, און ראש חודש טבת באשטייט דאן פון איין טאג[1]. חודש טבת קען זיך אנהייבן אין א זונטאג, מאנטאג, דינסטאג, מיטוואך אדער פרייטאג[3].

אין די צייטן וואס מען האט באשטימט די חדשים על פי הראייה, פלעגן די שליחים פון בית דין נישט ארויספארן צו די ווייטע פלעצער מודיע צו זיין ווען מען האט באשטימט ראש חודש תמוז, וויבאלד דער תענית פון עשרה בטבת איז אין יענע צייטן געווען בלויז א רשות[4].

נאמען

אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש העשירי"[5]. דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "טבת" אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, פון אכד'יש ṭebētu וואס באדייט עפעס אין וואס מען זינקט איין, צייגנדיג אויף די רעגנס און טיפע בלאטעס וועלכע כאראקטעריזירן דעם חודש[6]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[7], און עס ווערט דערמאנט אין תנ"ך: ”בַּחֹדֶשׁ הָעֲשִׂירִי הוּא חֹדֶשׁ טֵבֵת” (אסתר ב, טז).

די פאלאשן רופן דעם חודש 'טבית'.

נאטיצן

רעפערענצן


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען