דרך מצותיך
שער בלאט | |
אלגעמיינע אינפארמאציע | |
---|---|
דורך | רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (צמח צדק) |
שפת המקור | לשון הקודש |
סוגה | ספרי חסידות |
הוצאה | |
הוצאה | א. ע. ראבינאוויץ |
נאך אויסגאבעס | |
דאטום פון ערשטער אויסגאבע | ה'תרע"א-ה'תרע"ב |
דרויסנדיגע לינקס | |
היברובוקס | 16082 |
דרך מצְוֹתיך איז א ספר וואס איז מבאר די טעמי המצְוֹת לויט'ן דרך החסידות. דער ספר איז געשריבן געווארן דורך דער דריטער רבי פון חב"ד, רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (דער "צמח צדק"), אין די יארן תקע"ד–תקפ"ח, און איז ערשט געדרוקט געווארן אין תרע"א. דער ספר ווערט באטראכט פון די וויכטיגע ווערק אין חסידות חב"ד. אין געוויסע הינזיכטן איז דער ספר גרינגער צו פארשטיין ווי אנדערע ספרי חב"ד.
געבוי
דער ספר איז צעטיילט אין דריי חלקים: "טעמי המצוות", "שורש מצוות התפילה", און "מאמרים והוספות".
טעמי המצוות
דער ערשטער און עיקר חלק אין ספר, געבט זיך אפ מיט ערקלערן די טעמים פון טייל פון די תרי"ג מצוות לויט תורת החסידות.
אין רוב פון די ביאורים הייבט אן דער מחבר מיט באצייכענען דעם מנין המצוה לויט ספר החינוך, ברענגט די ערקלערונגען אויף די מצוה ווי עס שטייט אין ספר החינוך און אין ספר המצוות להרמב"ם, נאכגעפאלגט מיט ביאורים לויט תורת הקבלה פון זוהר און ליקוטי תורה פונעם אר"י. נאכדעם שרייבט ער דעם חסידיש'ן ביאור, וואס איז אין גרויסן טייל באזירט אויף מאמרים פון בעל התניא. אפטמאל קלארט ער אויס וויאזוי דער חסידישער ביאור שטימט אויך מיט די טעמים פונעם רמב"ם און חינוך.
שורש מצוות התפילה
א לענגערע חיבור פון 49 פרקים, וואס איז געשטעלט צו ערקלערן דער ענין פון תפילה און קריאת שמע על פי חסידות.
רוב פון דעם חלק פארנעמט דער הסבר פארוואס מעג מען מתפלל צו השי"ת מיט זיינע נעמען, ווי בעטן אז 'קל' אדער 'אלוקים' זאל העלפן, אבער נישט בעטן ביי די מידות, ווי 'חסד' אדער 'גבורה', אז זיי זאלן העלפן, ווי חז"ל זאגן "אליו ולא למידותיו". דאס נעמט אויך אריין א לענגערע הסבר אויפ'ן ענין פון ממלא כל עלמין.
דעם חלק האט ער געשריבן זייענדיג 17 יאר אלט, און ווען דער בעל התניא האט עס געזען איז ער שטארק נתפעל געווארן[1].
מאמרי הצמח צדק
א ליקוט פון נאך מאמרי חסידות פון כתב יד פונעם "צמח צדק", ווי אויך מאמרים פון בעל התניא מיט הגהות פון צמח צדק, וואס אין זיי ווערן ערקלערט עטליכע אלגעמיינע ענינים אין תורת חב"ד, ווי דער ענין פון "תוהו ותיקון", דער ענין פון "עשר ספירות ווי עס איז ביים באשעפער אליין", דער ענין פון די עבודה פון נסיונות, און נאך. אין דעם חלק געפונט זיך אויך א קיצור פון ספר התניא וואס דער צמח צדק האט געשריבן, און ערקלערונגען אין קבלה און חסידות פון זיינע בריוון.
הוספות
אין די לעצטע מהדורות פון ספר, אנגעהויבן פון תשי"ג און ווייטער, זענען צוגעלייגט געווארן א מפתח ענינים, תולדות פונעם מחבר, און א מפתח אויף מצוות וועלכע ווערן ערקלערט אין אנדערע ספרי חב"ד און נישט אין דעם ספר. די הוספות זענען רעדאקטירט געווארן דורך רבי מנחם מענדל שניאורסאהן.
דרוק
דער ספר איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין פאלטאווע, אוקראינע אין תרע"א פון כתב יד פון צמח צדק, דורך רבי חיים אליעזר ביכאָווסקי, א קאפוסטער חסיד. געוויסע ליובאוויטשע חסידים האבן צוליב דעם נישט געלערנט אין דעם ספר[2]. הרב שמריהו גוראריה האט דערציילט אז אמאל האט א בחור געלערנט אינעם ספר, און ווען דער רש"ב האט דעס געזען האט ער אים דאס צוגענומען.[3]
דרויסנדיגע פאבינדונגען
- דרך מצותיך (טעמי המצות), ברוקלין תשס"ו
- דרך מצותיך מיט נקודות, פונקטואציע, הערות, און געעפנטע ראשי תיבות אויפ'ן חסידות בהירה זייטל
- א סקען פון כמעט די גאנצע כתב יד[4],
- דער כתב יד פון דער "מעתיק"[5].
רעפערענצן
- ↑ חסידים דערציילן אז זיין רעבעצין, די טאכטער פונעם מיטלער רבי'ן, האט דאס געוויזן אן זיין רשות פאר איר זיידן דער בעל התניא, און ער האט זיך צוליב דעם געוואלט פון איר גט'ן, ביז דער בעל התניא האט צוגעזאגט צו לערנען מיט אים בחברותא האט ער זיך איבערגעבעטן
- ↑ אין יענע צייטן נאכן פטירה פונעם צמח צדק איז צווישן חב"ד און קאפוסט געווען אביסל אומריען בנוגע ווער עס איז ממשיך דרך - און עס האט זיך געצויגן יארן לאנג
- ↑ המלך במסיבו ב, קה"ת, תשנ"ג, עמ' פה
- ↑ כרטיס מספר 79 בקטלוג הכתבי יד. במנוע חיפוש בתוצאה זו כתוב "79; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ *" (לא נעתק בכרטיס עצמו) | בכרטיס מספר 82, בתוצאה במנוע החיפוש כתוב: "82; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ *" | בכרטיס מספר 153, בתוצאה במנוע החיפוש כתוב: "153; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ" | בכרטיס מספר 161, בתוצאה במנוע החיפוש כתוב: "161; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ; תרכג; ליובאוויטש" | בכרטיס מספר 171, בתוצאה במנוע החיפוש כתוב: "171; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ" | בכרטיס מספר 211, בתוצאה במנוע החיפוש כתוב: "211; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ" | בכרטיס מספר 218, בתוצאה במנוע החיפוש כתוב: "218; דרך מצותיך; אדמו"ר הצ"צ"
- ↑ למשל מס' כרטיס 275