רוי:שוועדיש
שוועדיש איז א צפון-דייטשישע שפראך וואס מען רעדט איבערהויפט אין שוועדן און אויך אין א טייל פון פינלאנד. היינט רעדן זי 9 מיליאן מענטשן. זי איז א ביסל ענליך צו נארוועגיש.
גראמאטיק
דער נארמאלער סדר פון א זאץ איז: סוביעקט, ווערב, אביעקט (אזוי ווי יידיש).
סובסטאנטיוון האבן צוויי מינים: פראסט מין פאר די "en" פארמע און נייטראל מין פאר די "ett" פארמע. אדיעקטיוון ווערן געבייגט לויטן מין און צאל (אזוי ווי יידיש) און אויך פאר געוויסיקייט.
סובסטאנטיוון און אדיעקטיוון אויף שוועדיש זענען דעקלינירט ביי מין און נומער. לדוגמא, דאס ווארט fisk (פיש) איז א סובסטאנטיוו פונעם פראסטן מין (en fisk) און האט די פארמעס:
איינצאל | מערצאל | |
---|---|---|
אומג' פארמע | fisk | fiskar |
געוויסיקע פארמע | fisken | fiskarna |
די געוויסיקע איינצאל פארמע פון א סובסטאנטיוו איז באשאפן ביי מוסיף זיין א סופיקס (en, -n, -et, -t-), לויט דעם מין און צי דער סובסטאנטיוו האט א וואקאל אויפן סוף אדער נישט. די געוויסיקע ארטיקלען den, det און de זענען גענוצט פאר פארשידענע מדרגות פון געוויסיקייט פונעם סובסטאנטיוו, בפרט אז ווען מען נוצט זיי מיט די ווערטער här (דא) און där (דארט). לדוגמא, den där fisken מיינט "יענער פיש", ווען עס איז געוויסט צוליב וועלכן פיש מ'רעדט. den fisken איז ווייניג געוויסיק וועגן וועלכן פיש מ'רעדט און מיינט "יענער פיש", דאס הייסט אז עס קען זיין אויך וועגן א גרופע פון פיש, אבער fisken מיינט "דער פיש" סתם. אין א פאר פלעצער, די געוויסיקע פארמע קען מיינען "מיין, דיין" ווי אין jag måste tvätta håret ("איך מוז וואשן מיין (די) האר").
שוועדיש אין פינלאנד
פינלאנד איז געוועון א טייל פון שוועדן פונעם 13טן יארהונדארט ביז שוועדן האט די פינישן שטחים פארלוירן צום רוסלאנד אין 1809. שוועדיש איז געווען די איינציגער שפראך פאר אדמיניסטראציע ביז 1902 און די הויפט-שפראך פאר קולטור און חינוך ביז פינישער זעלבסטשטענדיגקייט אין 1917. פון דעמאלט אן, פארקלענערט זיך דער נומער פון מענטשן וואס רעדן שוועדיש אין פינלאנד . דער גרעסטער חלק אין פינלאנד אוואו שוועדיש איז נאך גערעדט איז אין אָלאַנד (Åland), וואס איז א גרופע פון קליינע אינדזלען נאנט צו שוועדן אינעם באלטישן ים. שוועדיש איז נאך אן אפיציעלע שפראך אין פינלאנד און איז גלייכרעכטיג דארט מיט פיניש. אין פינלאנד עס איז דא צוויי שוועדישע ראדיא סטאנציעס און א שוועדישער טעלעוויזיע קאנאל, FST5.
דוגמא
אויסצוג פון Barfotabran ביי נילס פערלין:
אריגינאל | אפטייטש |
---|---|
,Du har tappat ditt ord och din papperslapp | "דו האסט פארלוירן דיין ווארט און דיין צעטל, |
.du barfotabarn i livet | דו בארוועס קינד אין לעבן. |
Så sitter du åter på handlar'ns trapp | אזוי זיצסט דו נאכאמאל אויפן שפייזקרעמער'ס גאניק |
.och gråter så övergivet | און שרייט אזוי אפגעלאזט. |
,Vad var det för ord – var det långt eller kort | וואס פאר א ווארט איז עס געווען - איז עס געווען לאנג אדער קורץ, |
?var det väl eller illa skrivet | איז עס גוט אדער שלעכט געווען געשריבן? |
,Tänk efter nu – förr'n vi föser dig bort | טראכט יעצט נאכאמאל - פאר מיר שטופן דיר אוועק, |
.du barfotabarn i livet | דו בארוועס קינד אין לעבן." |
וויקיפּעדיע אויף שוועדיש |
אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעאישן פארבאנד |
---|
אונגעריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש · פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · קראָאַטיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!