רבי מרדכי דוד אונגער (דאמבראווא)
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית
ליידיגע פאראמעטער [ חתימה, מקום פטירה, צאצאים ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
פאראמעטער [ מקום לידה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
געבורט | ה'תק"ל | ||||
---|---|---|---|---|---|
פטירה | ז' בשבט ה'תר"ג | ||||
וואוין אָרט | דאמבראווא, לובלין, ליזענסק, קאזשניץ | ||||
טעטיגקייט אָרט | דאמבראווא | ||||
|
רבי מרדכי דוד אונגער (ארום ה'תק"ל – ז' שבט ה'תר"ג) איז געווען א תלמיד פונעם "חוזה" פון לובלין און רב אין דאמבראווא, פאטער פון דאמבראווער דינאסטיע.
ביאגראפיע
זיינע יוגנט יארן
רבי מרדכי דוד איז געבוירן בערך אין תק"ל אין דאָמבראָווא, גאליציע, צו רבי צבי הירש[1][2] און מושקיט. רבי צבי הירש פלעגט פארן צו צדיקים, ספעציעל צום אפטער רב, און איז נאך אויך געפארן צו רבי אלימלך פון ליזענסק, און שפעטער צום "חוזה" פון לובלין.
אין זיינע יונגע יארן, האט רבי מרדכי דוד געלערנט אין דער ישיבה פונעם קאָזשניצער מגיד[3]. ער האט חתונה געהאט מיט חיה שרה[4], טאכטער פון א גביר אין טשמעלאוו (ענ'), און נאך דער חתונה איז ער באקאנט געווארן אלס גאון בתורה[5]. נאכן הסתלקות פונעם לעמבערגער רב, רבי יעקב אורנשטיין, דער "ישועות יעקב", האבן די טובי העיר געוואלט אויפנעמען רבי מרדכי דוד אלס לעמבערגער רב, נאר למעשה איז עס נישט צושטאנד געקומען[6].
אלס יונגערמאן, פלעגט רבי מרדכי דוד פארן בקביעות צום חוזה פון לובלין און געווען ביי אים "בעל תוקע", ווען דער חוזה דינט אלס "בעל מקריא"[7]. אין לובלין איז ער נאנט געווארן מיט רבי אשר ישעיה ראָפּשיצער[8] און מיטן "אריה דבי עילאי". אין די שפעטערע יארן, פלעגט ער יערליך פארן קיין ראפשיץ צו רבי אשר'ל און אויך קיין ווישניצא צום אריה דבי עילאי[9].
זיין רבי'סטווע
ווילנדיג זיין א "נהנה מיגיע כפו", האט ער אנגעהויבן האנדלען מיט וויין, אזויווי זיינע עלטערן[10]. אבער כאטש וואס ער האט מצליח געווען אין מסחר און געוואלט אנהאלטן דעם וועג, האט ער געטוישט זיין מיינונג, נאך וואס זיין רבי, דער לובלינער, האט אים געזאגט אז פון הימל וויל מען ער זאל פירן אידן. בערך אין יאר תקע"ה האט ער אנגעהויבן פירן א רבי'סטווע אין דער דעמאלטס-מתנגד'ישער שטאט דאָמבראָווא, און גאנץ שנעל באקאנט געווארן אלס חסידישער רבי.
פילע חסידים פלעגן קומען צו אים קיין דאמבראווא, וואו ער האט אויך געגרינדעט אן אייגן חסידיש בית המדרש, ביי וועלכן ער האט אליין אנגעפירט מיטן בויען און וואס האט זיך געפירט לויט זיינע הוראות. צווישן אנדערן, האט ער דארט איינגעפירט צו דאוונען נוסח ספרד, און צוליב דעם האט ער געהאט רדיפות, מתנגדים האבן אריינגעווארפן גרויסע באלקענעס אין שטוב אים צו שטערן, אבער פונדעסטוועגן האט ער זיי נישט נאכגעגעבן.
זיין פטירה
רבי מאָטעלע איז נפטר געווארן אום ז' שבט תר"ג. מ'האט אים באערדיגט אינעם ארטיגן בית החיים, אויף א ספעציפיש ארט וואס די מקורבים זיינע האבן געשפירט אז ער האט דארט געוואלט באערדיגט ווערן[11]. אין זיין צוואה האט ער אנגעזאגט אז מ'זאל נישט שרייבן אויף זיין מציבה פילע טיטלען, נאר "הרב החריף המכיר ערכו"; אזוי אויך, זאל מען קיינעם לייגן נעבן אים, נאר זיינע קינדער און מ'זאל מיטלייגן זיינע כתבים.
ווען זיין זון רבי יוסף איז אוועק, האט מען אים געלייגט נעבן אים. ביזן קריג איז געשטאנען אן אוהל איבער די קברים, וועלכן די דייטשן האבן חרוב געמאכט אינאיינעם מיטן גאנצן בית החיים. אין יאר תשנ"א האט מענדל רייכבערג, נאך לאנגע זוכענישן, געפונען דאס ארט און אויפגעבויט א נייעם אוהל מיט נייע מציבות.
פאמיליע
רבי מרדכי דוד האט איבערגעלאזט עטליכע קינדער צדיקים:
- רבי יאסעלע דאָמבראָווער (בערך תק"ס - ב' חשון תרכ"ז). ער האט חתונה געהאט אין יאר תקע"ה מיט גיטל, טאכטער פון רבי משה אליקים בריעה האפשטיין פון קאזשניץ, א זון פונעם קאזשניצער מגיד און איידעם (בזיווג שני) ביי רבי אלעזר פון ליזענסק. רבי יאסעלע איז געווען רב אין קאשזניץ העכער צוואנציג יאר, און אין תר"ג, נאך זיין טאטנ'ס פטירה, האט ער איבערגענומען די רבי'סטווע אין דאמבראווא.
- רבי מנחם מענדיל פון סטאַבניץ (אוועק אין תרמ"ג), איידעם פון רבי ישראל ראטנבערג פון סטאַשוב, א זון פונעם "אור לשמים", רבי מאיר'ל אַפּטא'ער. ער איז געווען א מחותן מיטן "שר שלום" פון בעלזא.
- רבי אברהם אלחנן (אוועק אום ד' טבת תרמ"ג), רב אין קוויף און אַפּאַטשנא, און שפעטער קאַלאָשינער רבי". ער איז געווען אן איידעם ביי רבי קלומינוס קלמן הורוויץ פון פּאַרטשיק, זון פון רבי יאסעלע פון טורטשין, א זון פונעם "חוזה" פון לובלין; און בזיווג שני, ביי רבי חיים מאיר יחיאל פון מאָגלניצא, זון פון רבי אבי עזרי זעליג פון גרעניץ, אן איידעם ביים קאזשניצער מגיד. רבי אברהם אלחנן האט ארויסגעגעבן דעם ספר "עבודת ישראל" פון זיין עלטער-זיידן, דעם קאזשניצער מגיד.
- רבי משה'לע אונגער (בערך תק"פ - י"ח תשרי תרנ"ח). ער האט חתונה געהאט מיט מרים, עלטסטע טאכטער פון צאנזער רב, און נאך זיין חתונה איז ער געבליבן וואוינען ארום פערציג יאר אין צאנז און געגעסן דארט [[קעסט][12]. אויף דער עלטער האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל און ער ליגט אין צפת.
- רבי יחיאל צבי הירש פון טאָרנא (בערך תק"ע - כ"א תשרי תרמ"ד). ער איז געווען אן איידעם ביי רבי שמשון פון זוואָלין און געדינט אלס רבי פאר חסידים אין טאָרנא. זיין טאכטער רעכיל דבורה איז געווען די רביצין פונעם צאנזער רב אינעם דריטן זיווג, און אויף זיין מציבה שטייט געשריבן "חותן הקדוש מסאנץ".
- רבי נפתלי פון דזשאבנא, איידעם פון רבי יענקעלע מעליצער, זון פונעם ראפשיצער רב. ער האט נישט איבערגעלאזט קיינע קינדער.
- זיין טאכטער מלכה, בערך תקע"ב-ע"ג). זי האט חתונה געהאט צו רבי מנחם צבי (גערופן "רבי נחום הערש") טייטלבוים פון דראָהביטש, זון פון רבי אלעזר ניסן פון דראהביטש, א זון פונעם "ישמח משה".
מער ליינען
- רבי נחום מאיר גערמאן, נאמנו מא"ד, דברי תורה און תשובות, ברוקלין תשס"ו, און צום סוף אן אפטיילונג 'מדרכ"י דוד', תולדות פון רבי מרדכי דוד
- "רבי מרדכי דוד אונגער מדאמבראווא זצ"ל ומשפחתו" אויף אייוועלט
רעפערענצן
- ↑ אין זיין הסכמה אויפן ספר "עבודת ישראל" על התורה, ערשינען דורך זיין זון רבי אברהם אלחנן, שרייבט ער זיך אונטער: "הק' מרדכי דוד בהרב הצדיק מו' צבי הירש נבג"מ זצוק"ל מדאמבראווא".
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע די הסכמה, עבודת ישראל. - ↑ געווען אן אייניקל פון רבי נפתלי כ"ץ דער "סמיכת חכמים", מהר"ל מפּראָג, רש"י, רא"ש און רב האי גאון, וועלכער האט געצויגן זיין יחוס ביז צו דוד המלך
- ↑ אין זיין אויבנדערמאנטער הסכמה אויפן ספר "עבודת ישראל" פונעם קאזשניצער מגיד, שילדערט ער די תקופה וואס ער האט געלערנט אין קאזשניץ, ווי מ'האט דארט געלערנט מסכת קידושין, און דער קאזשניצער מגיד האט מפלפל געווען אין גמרא בעיון און אין דער זעלבער צייט מייחד געווען יחודים. אויך שרייבט ער דארט אז אלע גדולי וחסידי הדור זענען תלמידים, אדער תלמידי תלמידים, פונעם קאזשניצער מגיד.
- ↑ אין אנדערע מקורות מוסטער:דרוש מקור מלא טרעפט מען אז זיין רביצין האט געהייסן שיינדל.
- ↑ ווי מ'זעט אין די בריוו-אויסטוישן מיט אים אין די ספרי שאלות ותשובות, זע צב"ש עטליכע בריוו אין שו"ת "שובע שמחות" פון רבי מנחם מענדל לעזער פון סטריזוב.
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע שובע שמחות, חלק ב'. - ↑ קונטרס מדרכ"י דוד, זייט ד', אין נאמען פון רבי אהרן טייטלבוים פון טשענסקאָוויץ, אייניקל פון רבי מרדכי דוד.
- ↑ מוסטער:דרוש מקור מלא אין נאמען פונעם וואוידיסלאווער רב, רבי ישכר בער ראטנבערג. דער שופר מיט וועלכן רבי מרדכי דוד האט געבלאזן אין לובלין, איז געבליבן בירושה ביי די אייניקלעך פון רבי מרדכי דוד.
- ↑ אין "אור ישע" זענען געדרוקט צוויי בריוו פון רבי אשר'ל ראפשיצער, אין וועלכע ער באצייכנט רבי מרדכי דוד "ידיד נפשי".
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אור ישע, דף ט"ז עמוד ב'. - ↑ געווענליך אין די עשרת ימי תשובה; און דער אריה דבי עילאי פלעגט צוריקפארן צו אים אינמיטן יאר.
- ↑ זיין פאמיליע-נאמען "אונגער" האט זיך גענומען צוליב זיינע שטענדיגע נסיעות קיין אונגארן צו ברענגען פון דארט וויין.
- ↑ ער פלעגט זיך אלץ פירן אז ווען ער איז ארויס אויפן שטאטישן בית החיים, האט ער זיך אפגעשטעלט אויף א ספעציפיש ארט און זיך דארט געזוימט, דעריבער האבן זיינע מקורבים געשפירט אז ער וויל דארט באערדיגט ווערן
- ↑ אויף זיין מציבה שטייט "חתן הרה"צ הגאון רבי חיים אבד"ק צאנז ז"ל והסתופף בצלו ערך ארבעים שנה"
קאטעגאריע:אדמורי"ם קאטעגאריע:גאליציאנער רבנים קאטעגאריע:פוילישע רבנים