רוי:באד אישל
|
באד אישל (דייטשיש: Bad Ischl), איז א ספא און אפרו שטאט אויפן ברעג פונעם "טראון טייך", אין דעם דרום פון דעם לאנד אויבער עסטרייך, אין עסטרייך. די שטאט געפינט זיך הארט אין דעם ריזיגן קורארט צענטער "זאלצקאמערגוט" (דייטשיש: Salzkammergut). די באפעלקערונג פון דער שטאט באשטייט פון 13,995 איינוואוינערס (יאנואר 2017). באד אישל איז די שטאט וואו די ערשטע וועלט מלחמה איז דערקלערט געווארן.
געאגראפיע
באד אישל געפינט זיך אין א הייך פון 468 מעטער און איז אויסגעצויגן אויף א שטח פון 162.85 קילאמעטער, ווען 71.9% פונעם שטאט'ס שטח, איז ארומגענומען מיט וועלדער און 7.9% ווערט גענוצט פאר לאנדווירטשאפט. די אויסלענג פון דער שטאט פון דעם צפון צום דרום איז 19.6 קילאמעטער, און פון דעם מערב'דיגן טייל צום מזרח'דיגן 17.8 קילאמעטער. די שטאט איז פלאצירט אין דעם גמונדן דיסטריקט, דרום פון דעם טראון טייך און צפון פון די אייז-היילן אין דאכשטיין, אין א אונטערשייד פון 50 קילאמעטער פון דער שטאט פעקלאברוק.
היסטאריע
לויט פארשידענע אויסגעפינסן, מענטשן האבן זיך באזעצט אין באד אישל שוין אין דער בראנדז עפאכע און אין דער אייזן עפאכע. אומגעפער אין די 10-15 יארן פאר דער קריסטליכער ציילונג, איז די געגנט איינגענומען געווארן דורך די רוימישע לעגיאנען (מיטגלידער פון א ספעציעלער אפטיילונג פון דעם רוימישן מיליטער), און איז געווארן א חלק פונעם רוימישן פראווינץ "נאריקום".
אין דעם 12טן יאר הונדערט, איז די געגנט געווארן א חלק פון דער ארבעטייל פונעם קייזער היינריך דער צווייטער, וועלכער האט אפגעשטאמט פונעם אריסטאקראטישן באבענבערג הויז. די שטאט איז דערמאנט געווארן צום ערשטן מאל אין א דאקומענט פון יאר 1262 אלס "איזעלען" (דייטשיש: Iselen).
אין יאר 1775, לויטן באפעל פון דער קייזערין מאריא טערעזא, עטליכע הונדערטער איינוואוינערס פון באד אישל זענען אריבערגעפירט געווארן צו איבער די קארפאטן בערג, און אויפגעשטעלט דארט א דייטשן יישוב אונטערן נאמען "נימעצקא מאקרא" (דייטשיש: Nimezka Mokra, רוסיש: Немецкая Мокрая),וועלכער געפונט זיך היינט צוטאגס אין אוקראינישער טעריטאריע.
19 אויגוסט 1853, האט דער קייזער פראנץ יאזעף, געבעטן פון קייזערין עליזאבעט פון בייערן, וועלכע איז געווען זיין שוועסטער-קינד, חתונה צו האבן מיט אים אין דער פראמענאדע פון באד אישל, דארט וואו עס שטייט היינט צוטאגס, און זייט יאר 1989, דער שטאטישער מוזעאום. אין 1854, זיין מוטער האט אים אנגעקויפט א ווילע אין באד אישל אלס א חתונה געשאנק. די ווילע איז געווארן דעם זומער'דיגן וואוינונג-ארט פונעם קעניגלעכן פארפאלק. אין דער ווילע האט ער אויכעט דערקלערט קריג מיט סערביע אין 1914, א געשעעניש וואס האט באצייכנט דער אנפאנג פון דער ערשטער וועלט קריג. די ווילע געהערט ביז היינטיגן טאג, צו זייערע אפשטאמלינגען, און עטליכע חלקים פון איר זענען אפן פאר טוריסטן און באזוכער.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!