רוי:גבעת זאב

פון המכלול
ווערסיע פון 09:33, 3 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "וווי" ב־"וואוי")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
גבעת זאב
Givat Zeev Givon.jpg
מדינה / טעריטאָריע Flag of Israel.svg מדינת ישראל
בירגערמייסטער יוסי אברהמי

גבעת זאב איז א יידישע זידלונג, גערופן אויפן נאָמען פון זאב זשאבאטינסקי, וואס געפינט זיך צפון מערב פון ירושלים און דרום פון ראמאללא, אויף דער אנדערער זייט פון דער גרינער ליניע, געגרינדעט אין יאר 1983, און דערקלערט געווארן אלס לאקאלע ראט, אין יאר 1984.

לויט דעם צענטראלן ביורא פאר סטאטיסטיק, וואוינען אין גבעת זאב 11,300 איינוואוינער. דאס שטעטל ווערט פארעכנט אלס מער פארמעגליך, מיט א דורכשנילעכן איינקונפט פון איבער 7,000 שקל א חודש פער ארבעטער.

צו דער שטאט פארבינדט שאסיי 443 פון ירושלים, און אויך גאלדא מאיר בולעווארד פון רמות און קבר פון שמואל הנביא, קומט אן קיין גבעת זאב.

דער פארזיצער פונעם לאקאלן ראט איז יוסי אברהמי. דער הויפּט רב פון גבעת זאב איז הרב יוסף טאלידאנא, אן איידעם פון בבא מאיר און אַ גראַדויִר פון די צה"ל.

דער הויף פון קארלין סטאלין געפינט זיך אין גבעת זאב.

די שטאָט פוסבאל גרופע איז בית"ר גבעת זאב.

בנימין נתניהו, פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל, האט גערעדט עטלעכע מאל וועגן א פּלאַן צו אַנעקסירן גבעת זאב, מעלה אדומים און ביתר צו ירושלים.

גאלעריע



דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!