רוי:יעווגעני קיסין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
יעווגעני קיסין ,2011

יעווגעני קיסין (געב. דעם 10טן אָקטאָבער 1971) — פּיאַניסט, איינער פון די גרויסע מוזיקער הײַנט צו טאָג.

לעבנסגעשיכטע

יעווגעני קיסין איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע, רוסלאַנד, אין אַ ייִדישער משפּחה. זײן עלטער־עלטער זיידע פונעם טאטנס צד (מרדכי אַגראַנאַט) איז געווען א רבֿ. צו 11 חדשים האָט דער קליינער יעווגעני אָנגעהויבן זינגען די טעמע פון באַכ'ס פוגע,[1] און צו 2 יאָר — געשפּילט שוין פּיאַנע. בײַ די 6 יאָר איז ער געוואָרן אַ תּלמיד אין דער מאָסקווער מוזיק־שול אויף גנעסינס נאָמען, וווּ ער האָט זיך געלערנט בײַ אַנאַ קאַנטאָר, זײַן ערשטע און איינציקע פּיאַנע־לערערין.

אין דער עלטער פון 10 יאָר האָט קיסין צום ערשטן מאָל געשפּילט מיט אַ סימפאָנישן אָרקעסטער, אויסגעפילט מאָצאַרטס קאָנצערט נומ‘ 20. מיט אַ יאָר שפּעטער גיט ער זײַן ערשטן סאָלאָ־קאָנצערט. אינעם יאָר 1984 טרעט ער אויף אינעם „גרויסן זאַל פון דער מאָסקווער קאָנסערוואַטאָריע", וווּ ער שפּילט דעם 1טן און 2טן פּיאַנע–קאָנצערטן פון פרעדעריק שאָפּען.

אין 1985 פאָרט קיסין צום ערשטן מאָל אַרויס מיט קאָנצערטן קיין אויסלאַנד; אין 1987 דעביוטירט ער אין מערבֿ־אייראָפּע אויפן בערלינער פעסטיוואַל. אין 1988 שפּילט ער טשײַקאָווסקיס פּיאַנע־קאָנצערט נומ‘ 1, באַגלייט פונעם בערלינער פילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, בראָש מיטן באַרימטן דיריגענט הערבערט פאָן קאַראַיאַן.

אין סעפּטעמבער 1990 פאָרט קיסין אַרויס מיט קאָנצערטן אין צפון־אַמעריקע, וווּ ער שפּילט שאָפּענס פּיאַנע־קאָנצערטן נומ‘ 1 און 2, באַגלייט פונעם ניו־יאָרקער פילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, דיריגענט זובין מעטאַ; אין א וואָך אַרום שפּילט ער א סאָלאָ–קאָנצערט אין קאַרנעגי־האָל. אין פעברואַר 1992 באַטייליקט זיך יעווגעני קיסין אין דער פײַערלעכער צערעמאָניע פון Grammy Awards אין ניו־יאָרק, וואָס ווערט געוויזן אין דער טעלעוויזיע פאַר אַן עולם פון בערך אַ מיליאַרד זעקס הונדערט מיליאָן מענטשן. אין אויגוסט 1997 שפּילט ער א סאָלאָ־קאָנצערט אויפן פעסטיוואַל Proms אינעם לאָנדאָנער אַלבערט־האָל — דער ערשטער „קלאַוויראַבענד פאַר מער ווי 100 יאָר, זינט דער פעסטיוואַל עקזיסטירט.

קיסין פאָרט כּסדר אַרום מיט סאָלאָ־קאָנצערטן איבער אייראָפּע, אַמעריקע און אַזיע, צונויפנעמענדיק פול־געפּאַקטע זאַלן; ער שפּילט מיט די בעסטע אָרקעסטערס, אָנגעפירט מיט אַזעלכע בארימטע מײַסטער דיריגענטן ווי קלאַודיאָ אַבאַדאָ, וולאַדימיר אַשכּנזי, דניאל באַרנבוים, וואַלערי גערגיִעוו, קאַרלאָ מאַריאַ דזשוליני, סיר קאָלין דעוויס, דזשעימס ליווײַן, לאָרין מאַאַזעל, ריקאַרדאָ מוטי, סעידזשי אָזאַוואַ, מײַסטער טשעלאָיסט מסטיסלאַוו ראָסטראָפּאָוויטש, יעווגעני סוועטלאַנאָוו, יורי טעמירקאַנאָוו, דזשאָרדזש שאָלטי און מאַריס יאַנסאָנס; אין קאַמער־אַנסאַמבל מיט קיסינען האָבן געשפּילט: מאַרטאַ אַרגעריך, יורי באַשמעט, דזשאָשואַ בעל, נאַטאַליאַ גוטמאַן, טאָמאַס קוואַסטהאָף, גידאָן קרעמער, אַלעקסאַנדער קניאַזעוו, דזשעימס ליווײַן, מישאַ מײַסקי, יצחק סטערן, יצחק פּערלמאַן, לעאָנידאַס קאַװאַקאָס וכּדומה. די אָנגעזעענע מוזיקער פון אונדזער צײַט, ווי אויך די צוהערער איבער דער גאָרער וועלט ווײַזן אָן, אַז קיסינס קונסט איז זייער פּאָעטיש און טיף, ראָמאַנטיש־באַגײַסטערט און דערהויבן; די מוזיק־קריטיקער האַלטן אים פאַר אַ נאָכפאָלגער פון אַרטור רובינשטיין און וולאַדימיר האָראָוויץ.

פּרעמיעס און באַלוינונגען

יעווגעני קיסין האָט זיך קיין מאָל נישט באַטייליקט אין קאָנקורסן, ער איז אָבער באַלוינט געוואָרן מיט אַ צאָל פּרעמיעס, אַרײַנגערעכנט:

  • פּרעמיע פון דער מוזיק אַקאַדעמיע Cigiana „דער בעסטער פּיאַניסט פון יאָר, (איטאַליע, 1991)
  • פּרעמיע פונעם זשורנאַל (Musical America 1994)
  • ערן־פּרעמיע „טריִומף‟ (רוסלאַנד, 1997)
  • פּרעמיע אויף שאָסטאַקאָוויטשס נאָמען (רוסלאַנד, 2003)
  • פּרעמיע אויף קאַראַיאַנס נאָמען (דײַטשלאַנד, 2005)
  • Grammy Awards אין דער קאַטעגאָריע פון „די בעסטע סאָלאָ־אויספירונג אויף אַ מוזיקאַלישן אינסטרומענט‟, פאַר אויספילן די ווערק פון סקריאַבין, מעטנער און סטראַווינסקי (פאראייניגטע שטאַטן פון אַמעריקע, 2006)
  • פּרעמיע אויפן נאָמען פון בענעדעטי מיקעלאַנדזשעלי (איטאַליע, 2007)
  • אין מײַ 2001 איז קיסינען צוגעטיילט געוואָרן דער ערן־טיטל — דאָקטאָר פון מוזיק בײַ דער מאַנהעטן־מוזיק־שול; אין יוני 2005 — ערן־מיטגליד פון דער קיניגלעכער מוזיק־אַקאַדעמיע (לאָנדאָן).

קיסין טרעט אויך אויף מיט פּאָעטישע אָוונטן אויף אידיש און רוסיש.

רעפערענצן

  1. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען youtube

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!