רוי:אויפן שוועל

פון המכלול
ווערסיע פון 12:42, 25 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אויפן שוועל איז אַ זשורנאַל אויף יידיש וועלכע קומט אַרויס זינט 1941 און ערשיינט הײַנט צו טאָג, דורך דער ייִדיש־ליגע, אומגעפער דרײַ מאָל אַ יאָר.

געשיכטע

די זשורנאַל: אויפן שוועל

דער זשורנאַל גײט אַרױס זינט 1941 (דעמאָלט ווי דער אָרגאַן פון דער פרײַלאַנד־ליגע פאַר טעריטאָריאַליסטישער קאָלאָניזאַציע), דער זשורנאַל גיט זיך אָפּ מיט ייִדיש לעבן, ליטעראַטור, קולטור און לינגװיסטיק דער זשורנאַל איז הײַנט צו טאָג געדרוקט קאָלירט, מיט פאָטאָגראַפיעס, און ברײטע גלאָסאַרן צו עטלעכע אַרטיקלען כּדי צוצוהעלפן דעם נײַערן לײענער. דער זשורנאַל האָט אַן ערך 800 אַבאָנעמענטן [1].

שעף רעדאַקטאָרן דורכן יאָרן:

1941 -1942: אברהם ראָזין (פסעוודאָנים: בן אדיר).

1942 - 1956: יצחק נחמן שטיינבערג.

1957 - 1979: ד"ר מרדכי שעכטער, לייבל באַיאָן.

1979 - 2005: ד"ר מרדכי שעכטער.

2005 - 2020: שבֿע צוקער.

2020 - ביז הײַנט: ד"ר מרים טרין.

מיטאַרבעטערס זײַנען: גיטל שעכטער־װישװאַנאַט - סטיל־רעדאַקטאָר, יאַנקל סאַלאַנט - קינסטלערישער רעדאַקטאָר. במשך די יאָרן האָבן געשריבן אין אויפן שוועל װיכטיקע ייִדישע שרײַבערס ווי: רבֿקה באַסמאַן־בן־חײם, אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס, יעקבֿ גלאַטשטײן, אַבֿרהם סוצקעװער, רחל קאָרן, מלך ראַװיטש, און נאָך.

וועבלינקען

הערות

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

  1. וועגן די געשיכטע פון אויפן שוועל לייענט: שבע צוקער,אויפן שוועל, גילגול פון אַ ייִדיש־זשורנאַל אויפן שוועל, נומער 352 - 353, זומער 2011