אמרפל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אברהם באזיגט די פיר קעניגן, אילוסטראציע פון אנטאניא טעמפעסטא, יאר 1613

אַמְרָפֶל מלך שִׁנְעָר[1] ווערט דערמאנט אין ספר בראשית, קאַפּיטל י"ד אלס איינער וואס האט אנטיילגענומען ביי דער מלחמה אין עמק השידים. די פיר קעניגן, אמרפל, אריוך, כדרלעמר, און תדעל האבן זיך פאראייניגט צו אונטערדריקן אן אויפשטאנד פון פינף קעניגן פון כיכר הירדן וואס האבן ווידערגעשפעניגט אין כדרלעמר אין די צייטן פון אברהם אבינו.

אין דער תורה און חז"ל

נאך צוועלף יאר זיין אונטערטעניג צו כדרלעומר מלך עילם, האבן די שטעט פון כיכר הירדן ווידערגעשפעניגט אין אים. כדרלעומר איז געקומען צו פארן זיי צו אונטערדריקן, באגלייט מיט דריי אליאירטע קעניגן: אמרפל מלך שנער, תדעל מלך גוים, און אריוך מלך אלסר. אונטערוועגנס האט די קאאליצע איינגענומען און באזיגט א צאל פעלקער, די רפאים, זוזים, אימים, און חורים, ווי אויך די עמלקים און אמוריים.

די פינף קעניגן פון כיכר הירדן זענען אנטקעגנגעקומען די קאאליציע קיין עמק השידים אפצושלאגן די פיר קעניגן. די פיר האבן געזיגט אינעם קריג, די קעניגן פון כיכר הירדן זענען אנטלאפן, און כדרלעומר מיט זיינע לייט האבן בארויבט די שטעט, אריינגערעכנט לוט און זיין פארמעגן.

ווען אברם האט זיך דערוואוסט דערפון איז געקומען מיט זיינער קנעכט ראטעווען זיין פלימעניק, ער האט זיי באזיגט ביי חובה וואס איז צולינקס פון דמשק, און ער האט באפרייט לוט און צוגענומען די רויב.

אמרפל ווערט דערמאנט דער ערשטער צווישן די פיר קעניגן אנהייב קאפיטל ווערט אמרפל, אבער שפעטער שיינט אז כדרלעומר איז געווען דער עיקר פירער[2], און אמרפל ווערט אויסגערעכנט דער דריטער[3]. דער ספורנו זאגט אז אמרפל איז געווען באוואוסט אלס א גרויסער קעניג אין זיין צייט[4], און לויט רש"י איז ער געווען דער חשוב'סטער צווישן די פיר קעניגן[5], ווידער אנדערע מפרשים זאגן אז כדרלעומר איז געווען דער חשוב'סטער און הויפט צווישן זיי[6]. טייל ערקלערן אז וויבאלד די קעניגן האבן ווידערגעשפעניגט אין כדרלעומר, האט ער זיך אריינגעלייגט מער אינעם קאמפיין ווי די אנדערע[7]. טייל זאגן אז כדרלעומר איז טאקע געווען דער פירער, אבער אמרפל איז געווען דער עלטסטער[8]. טייל זאגן אז אין גרויסקייט און אין פירן די קעניגרייך אינעווייניג אין לאנד איז אמרפל געווען אין שפיץ, און מיט העלדישקייט אין קריג איז כדרלעומר געווען אין שפיץ[9].

אין חז"ל ווערט געברענגט אז אמרפל און נמרוד זענען דער זעלבער מאן, ביידע זענען געווען קעניגן אין שנער, און ביידע זענען געווען קריגס העלדן[10]. די אמוראים רב און שמואל דינגען זיך וועלכע פון די צוויי נעמען זענען דער אריגינעלער: איינער זאגט אז נמרוד איז זיין עיקר נאמען, און אזוי נעמען אן רש"י און תרגום יונתן, און ער ווערט גערופן אמרפל "שאמר והפיל", ער האט געהייסן און געווארפן לאברהם אבינו אין קאלך-אויוון אריין; און איינער זאגט אז אמרפל איז דער עיקר נאמען, און ער ווערט גערופן נמרוד "שהמריד", ער האט געמאכט די גאנצע וועלט ווידערשפעניגן אין באשעפער[11]. אין ספר הישר ווערט ערקלערט אז דער צונאמען "אמרפל" האט ער באקומען נאכן דורכפאל ביים בויען דעם מגדל בבל, וואס ווערט אין דעם ספר אויך צוגעשריבן צו נמרוד. אין מדרש רבה שטייט אז כוש, נמרוד, און אמרפל זענען אלע איין מענטש[12].

אידענטיטעט

אמרפל אין דזשואיש ענציקלאפעדיע
שניצונג פון חמורבי, איינער פון די השערות צום אידענטיטעט פאר אמרפל

אמרפל פלעגט אידענטיפיצירט ווערן מיט כאַמוראַבי, א מאכטפאלער אימפעראטור וואס האט געקעניגט אין בבל פון 1792 פצ"ר ביז זיין טויט אין 1750 פצ"ר. זיין נאמען איז אין אקאדיש געווען כאַמוראַפּי (Ḫâmmurapi), שטאמענדיג פון אמוריש אַמוראַפי (ʻAmmurāpi)[13], און האט קלאנגען ענליך צו "אמרפל". דער מיינונג איז שוין אויפגעברעגנט געווארן דורך ע. שראדער אין 1888[14], און איז געווען פראמינענט יארן לאנג. דאס שטימט מיט'ן טיטל "מלך שנער", לויט ווי עס קומט אויס פון די פסוקים אין פרשת נח, אז בבל א שטאט איז אין "ארץ שנער"[15], און שנער איז דער אריגינעלער נאמען פון בבל[16], אזוי אויך טוט אונקלוס טייטשן אז שנער איז בבל.

מער מאדערנע פארשער שלאגן דאס אפ, ווייל עס וואלט ווען געדארפט זיין "עמרפ", מיט אן ע' אין אנהייב און אן קיין ל' צום סוף, אזוי ווי עס ערשיינט אין די דאקומענטן פון אוגאַריט. אזוי אויך שטימט נישט דאס אז מלך עילם שטייט אין שפיץ פון דער קאאליציע, נישט דער גרויסער כאמוראבי. פארהאן וואס ערקלערן דער אויסלייג אין דער תורה, אז עס איז א ווייניגער-באקאנטער ווערסיע פון כאמוראבי'ס נאמען, "כאמוראבי-אל", און עס איז געבויט פון אן טראנסקריפציע פון דער סעמיטישער ווערסיע פון זיין נאמען צו אקאדיש, וועלכע האט נישט געהאט קיין ע' קלאנג, און דערפאר איז עס געווארן אמרפל[17][18].

געוויסע פארשער אידענטיפיצירן אמרפל מיט איבאַל-פי-עלמוסטער:I (Ibal‑pi‑el) קעניג פון אשנונא[19], אַמאַר-סין (Amar‑Sin), דער דריטער הערשער פון דער דריטער דינאסטיע אין אור[20], אדער אַמוט-פיעלמוסטער:I (Amut‑piʾel) קעניג פון קאַנטאַ[21].

וויליאם פ. אלברייט האט רעקאנסטרואירט דער אקאדישער נאמען פון אמרפל אלס אַמורו-איפּאַל (*Amurru-ippal), אַמורו-אַפּיל (*Amurru-apil), אַמורו-אַפּילי (*Amurru-apili), אדער אַמורו-איפּול (*Amurru-ipul); אלע מער-ווייניגער מיט די זעלבע באדייט פון "אַמורו (-אן אפגא-ט) שענקט"[22]. קעניגן מיט אזוינע נעמען זענען אבער אומבאקאנט. צווישן פארשער זענען אויך דא וואס ווילן זאגן אז "שנער" דא איז נישט בבל, נאר א געגנט מער צפון-צו[17][18]. יוסף בן מתתיהו שרייבט אז די פיר קעניגן, אריינגערעכנט אריוך, זענען געווען אשור'ישער גענערעלער[23].

דרויסנדיגע לינקס

  • "Amraphel", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
  • מי היה אמרפל מלך שנער? אין "עצור כאן חושבים" פאָרום
  • ביבליאגראפיע

    • פנחס ארצי, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, דוידזון עתי, 1993, עמ' 103.
    • בנימין מייזלר, "אמרפל", אנציקלופדיה מקראית א, עמוד 449

    רעפערענצן

    1. אין תרגום השבעים: Ἀμαρφάλ "אַמַרְפַל"
    2. בראשית א, ד: שְׁתֵּים עֶשְׂרֵה שָׁנָה עָבְדוּ אֶת כְּדָרְלָעֹמֶר וגו', ד: וּבְאַרְבַּע עֶשְׂרֵה שָׁנָה בָּא כְדָרְלָעֹמֶר וְהַמְּלָכִים אֲשֶׁר אִתּוֹ וגו'
    3. בראשית א, ט: אֵת כְּדָרְלָעֹמֶר מֶלֶךְ עֵילָם וְתִדְעָל מֶלֶךְ גּוֹיִם וְאַמְרָפֶל מֶלֶךְ שִׁנְעָר וְאַרְיוֹךְ מֶלֶךְ אֶלָּסָר וגו'
    4. ספורנו, בראשית יד, א.
    5. גור אריה, בראשית יד, ה.
    6. רד"ק, בראשית יד, ד.
    7. רש"י אין דפוס אלקבץ, געברענגט אין רש"י השלם – אריאל א, מכון אריאל: ירושלים, תשמ"ו, 143982.
    8. פענח רזא און טור על התורה, בראשית יד, א.
    9. העמק דבר, בראשית יד, א.
    10. רא"ם אויף רש"י; מהרש"א אויף עירובין נג, א.
    11. עירובין נג, א.
    12. בראשית רבה, פרשה מ"ב, פסקה ד'.
    13. Millard, Alan (2004) [1993]. "Hammurapi". In Metzger, Bruce M.; Coogan, Michael D. (eds.). The Oxford Companion to the Bible. Oxford: Oxford University Pre. ISBN 978-0-19-504645-8.
    14. Cuneiform Inscriptions and the Old Testament, vol II (1888), pp 299ff.
    15. בראשית י, י.
    16. בראשית יא, ב–ט.
    17. 17.0 17.1 פנחס ארצי, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, דוידזון עתי, 1993, עמ' 103.
    18. 18.0 18.1 מייזלר, אמרפל.
    19. Micael Roaf, Cambridge Atlas of Archaeology - king lists p.111 and pp.108-123.
    20. Rohl, David (2010). The Lords of Avaris. Random House. p. 294.
    21. Dalley, Stephanie (2021). The City of Babylon: A History, c. 2000 BC – AD 116. Cambridge University Press. p. 320. ISBN 978-1-107-13627-4.
    22. Albright, W. F. (1924). "Shinar-Šanḡar and Its Monarch Amraphel". The American Journal of Semitic Languages and Literatures. 40 (2): 125–133. doi:10.1086/370017. ISSN 1062-0516 (פון ענגליש וויקיפעדיע)
    23. יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, בוך א, קאפּיטל ט.