תדעל
תִּדְעָל מלך גוים ווערט דערמאנט אין בראשית יד אלס א קעניג אנטיילגענומען ביי דער מלחמה אין עמק השידים. די פיר קעניגן, אמרפל, אריוך, כדרלעמר, און תדעל האבן זיך פאראייניגט צו אונטערדריקן אן אויפשטאנד פון פינף קעניגן פון כיכר הירדן וואס האבן ווידערגעשפעניגט אין כדרלעמר אין די צייטן פון אברהם אבינו.
אידענטיטעט
עס איז ברייט אנגענומען אז תדעל איז א טראנסקריפציע פון דעם חיתישן (העב') נאמען "טודחאַליאַ", וואס פינף קעניגן פון די בני-חת האבן געטראגן[1]. דער נאמען ווערט ווארשיינליך דערמאנט אין דאקומענטן אין אוגאריטיש (העב') אלס "תדעל", ווי אין די תורה[2]. ספּעציפיש האבן די פארשער געמיינט אז תדעל איז א פריער טודחאַליאַ וואס ווערט דערמאנט אין איין חיתישער דאקומענט, אין א ליסטע קעניגן פון דעם שטאט קושאר פאר כאטושילי I, דער גרינדער פון דער אור-אלטער חיתישער קעניגרייך. ער האט געלעבט אין די 18'טע יארהונדערט פצ"ר, ארום דער זעלבער תקופה פון חאמוראבי, וועלכע ווערט אידענטיפיצירט מיט אמרפל[3]. סילבין קושק האלט אבער אז עס איז נישט מסתבר אז דער טודחאַליאַ האט געפירט א מיליטערישער קאמפיין אינדרויסן פון אנאטאליע, און אוודאי נישט אין ארץ ישראל[4].
אלישע קמרון און חיים תדמור שטעלן צו אנדערע גרויסע חיתישער קעניגן מיט'ן נאמען טודחאליא, ווי טודחאליא דער צווייטער (דער ערשטער טודאחאליא פון דער חיתישער קעניגרייך) אדער דער פינפטער[5]. סטעפאן דאלעי אידענטיפיצירט תדעל אלס דער מיליטערישער פירער "טוכאליא דער שר המשקים" וועס ווערט דערמאנט אין א געוויסן חיתישן ערדערנעם טאבלעט[6][7].
גוים
לגבי זיין הערשאפט איבער "גוים", טייטש אונקלוס "מלך גויים" - "מַלְכָּא דְּעַמְמֵי", א קעניג פון פעלקער. דער בראשית רבה זאגט אז "א פּלאץ איז דא אין רוים, וואס הייסט גוים, און זיי האבן איין מענטש און אים געמאכט קעניג ... זיין נאמען איז געווען תדעל"[8]. א טייל מעקן אויס די ווערטער "אין רוים"[9]. רש"י ערקלערט אז דער נאמען גוים איז על שם וואס עס האבן זיך דארטן צונויפגעקליבן פון עטליכע פעלקער און ערטער[10].
עס זענען דא וואס ווילן עס זען אלס אן אויסדרוק פאראלעל צו דער אקאדישער טערמין "אומאַן-מאַנדאַ", אן אלטע טערמין גענוצט פאר פארשידענע גרופעס, אריינגערעכנט די בארבארישע נאציאן וואס האט געהאלפן די בבליים פארניכטן חרן אין 610 פצ"ר. ספּעציפיש איז געווען א טעאריע אז "מלך גוים" דא מיינט דער פירער פון אן אינדא-אייראפעאישע גרופע קעמפער וואס האט איינגענומען מצרים איינאיינעם מיט די היקסוס, אבער די טעאריע האט נישט קיין גרונד[4]. אנדערע ווילן זאגן אז דער פסוק באציט זיך צו די "גוים" אין בראשית י, ה: מֵאֵלֶּה נִפְרְדוּ אִיֵּי הַגּוֹיִם בְּאַרְצֹתָם אִישׁ לִלְשֹׁנוֹ לְמִשְׁפְּחֹתָם בְּגוֹיֵהֶם. דער פסוק דארט רעכענט דערמיט אריין אלע אנדערע ווייניגער-באקאנטע פעלקער וואס שטאמען פון יפת, און דא אין די כוונה אז תדעל איז געווען קעניג איבער איינס פון יענע פעלקער[11].
אין יהושע איז אויך דערמאנט א מלך גוים[12].
דער מדרש שטעלט די פיר קעניגן קעגן די פיר מלכיות, און זאגט אז גוים איז מרמז אויף מלכות אדום, "וואס רעקרוטירט קריגס-דינער פון אלע פעלקער פון דער וועלט"[13]. דער רמב"ן נוצט לויט דעם דער טערמין "מלך גוים" צו באצייכענען דער רוימישער קייזער אדער פויפסט[14].
יוסף בן מתתיהו שרייבט אז די פיר קעניגן, אריינגערעכנט תדעל, זענען געווען אשור'ישער גענערעלער[15].
ביבליאגראפיע
- סילבין קושק, חיים תדמור, אנציקלופדיה מקראית ח, תשמ"ב, עמ' 434-435, "תדעל".
- משה דוד קאסוטו, אנציקלופדיה מקראית ב, תשי"ד, עמ' 457, "גוים".
- אלישע קמרון, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, דוידזון עתי, 1993, עמ' 104.
רעפערענצן
- ↑ זעט Tudhaliya, Wikipedia, נאוועמבער 22, 2004.
- ↑ שמואל ייבין, מחקרים בתולדות ישראל וארצו, ירושלים, מ.ניומן, 1959, ע"מ 58.
- ↑ Adam Simon van der Woude, Adrianus van Selms. (1968). Adhuc Loquitur. E.J. Brill. p.36.
- ↑ 4.0 4.1 קושק, תדעל.
- ↑ קושק, תדעל; קמרון, 1993.
- ↑ Dalley, Stephanie (2021). The City of Babylon: A History, c. 2000 BC – AD 116. Cambridge University Press. pp. 319–321. ISBN 9781107136274. (פון ענגלישער וויקיפעדיע)
- ↑ Barjamovic, Gojko; Hertel, Thomas; Larsen, Mogens Trolle (2012). Ups and Downs at Kanesh: Chronology, History and Society in the Old Assyrian Period. Netherlands Institute for the Near East. p. 39. ISBN 978-90-6258-331-7.
- ↑ בראשית רבה, פרשה מ"ב, פסקה ד'.
- ↑ אות אמת.
- ↑ רש"י, בראשית יד, א.
- ↑ קאסוטו, גוים.
- ↑ יהושע יב, כג.
- ↑ בראשית רבה, פרשה מ"ב, פסקה ב' און ד'.
- ↑ רמב"ן, בראשית יד, א; רמב"ן, שמות כח, ב. זעט אליהו טבגר, "אימתי פסקה תכלת מישראל", אסופת מאמרים בענייני תכלת, ירושלים, תשע"ב, זייט 56.
- ↑ יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, בוך א, קאפּיטל ט.