אלעזר חורן
אלעזר החורני, אויך באקאנט אלס אלעזר מכבי, (אומגעקומען ג'ת"ר) איז געווען דער פערטער זון פון מתתיהו און דער אינגערער ברודער פון יהודה המכבי. ער איז געפאלן אין דער שלאכט פון בית זכריה (מכבים א' ו', ל"ב-ל"ג) דורכאויס דער חשמונאישע רעוואלט.
ווייניג איז באקאנט איבער אלעזר, אחוץ זיין העלדישן טויט ווי עס ווערט דערציילט. לויט מגילת אנטיוכוס, האט זיין טאטע אין אים געזען א קנאי צווישן קנאים, ווי פינחס. אין מכבים ב' ח, כ"א-כ"ג, ווערט דערציילט אז אלעזר האט געליינט פון תנ"ך פארן פאלק גלייך פאר דער לעצטער שלאַכט האט זיך אנגעהויבן.
אומקום
בשעת דער שלאכט ביי בית זכריה האט אלעזר געזען אן עלעפאנט וואס ער האט געמיינט טראגט דעם סעלייקישן קעניג אנטיוכוס דער פינפטער, צוליב דעם ספעציעלן פאנצער וואס דער עלעפאנט האט געטראגן. ער האט באשלאסן צו ריזיקירן זיין לעבן דורך אטאקירן דעם עלעפאנט און אריינשטעכן א שפיז אין זיין בויך. דער טויטער עלעפאנט איז דאן איינגעפאלן אויף אלעזר, אומברענגענדיג אים[1]. טראץ דעם העלדישן אנשטרענגונג, איז די קלענערע אידישע ארמיי באזיגט געווארן אין דער שלאכט. יוסף בן מתתיהו שרייבט אז אלעזר, כאטש ער האט אומגעברענגט פיל פיינטליכע זעלנער, האט נישט דערגרייכט קיין שום עכטן אויפטו אחוץ דעם נאמען וואס ער האט זיך געמאכט. אין נאך א ווערסיע פון דער געשיכטע וואס ערשיינט אין מגילת אנטיוכוס, איז אלזער דערטרונקען געווארן אין דעם אויסגעגאסענעם געדערים פונעם עלעפאנט.
פארהאן אזעלכע וואס זענען מפקפק אין דער גאנצער געשיכטע, בפרט אינעם חלק אז דער עלעפאנט איז אומגעקומען פון איין שטאך[2].
צונאמען
אלע מיטגלידער פון דער משפחה פון מתתיהו הכהן האבן באקומען צונעמען אין צוגאב צו זייערע פּערזענליכע נעמען[3], (למשל, יהודה המכבי האט באַקומען דעם נאָמען 'המכבי', וואָס מיינט 'דער האַמער'). אלעזר האט באַקומען דעם נאָמען 'חַוְרָן', וואָס איז אנגענומען געווארן צו מיינען 'דער דורכשטעכער' (אין באצוג צו זיין טויט) אדער 'א ווייסער' (צוליב זיין ליכטיגן הויט-קאליר) [4]. אַנדערע ווערסיעס זענען "חוֹרָן", מעגליך פון "חור"="לאך", ענליך צום "דורכשטעכער" פשט; און "ערן" (וואַך, קרעפטיג) [5].
פאראייביגונגען
אלעזער'ס טויט איז געווען א פאפולערער טעמע פאר קונסט אין די מיטל-אלטער, וואו עס איז געגעבן געווארן א רעליגיעזער באדייט אפצושפיגלען אותו האיש'ס טויט[6]. די געלעגנהייט אפצומאלן אן עלעפאנט איז אויך אנטפאנגען געווארן דורך קינסטלער, כאטש וואס א מערהייט האבן קיינמאל נישט געזען איינס, און די רעזולטאַטן זענען אפט זייער מאדנע. עס איז אויך אפגעמאלן אין א מאלעריי פון 19טן יאָרהונדערט פראַנצויזישן קינסטלער גוסטאַוו דאָרע. דער ארץ-ישראל'דיגער ישוב, אלעזר, אין גוש עציון, לעבן דעם ארט פון דער שלאכט פון בית זכריה, הייסט נאך אים. גאסן הייסן נאך אים אין ירושלים און אין תל אביב.
דרויסנדיגע לינקס
- מידיע און בילדער איבער אלעזר חורן אויף וויקיקאמאנס
- בצלאל בר-כוכבא, תאור קרב זכריה: המצאה ספרותית או מציאות היסטורית?, קתדרה 86, ינואר 1998
- מאיר בר-אילן, מותו של אלעזר בקרב בית זכריה מחקרי יהודה ושומרון, ג (תשנ"ג - 1993) קדומים - אריאל, עמ' 117-125
- דר. יחיעם שורק, סיפור לחנוכה: מי הפיל את הפיל?, באתר "הידען", 6 בדצמבר 2015
- קונסט-וועק מיט אלעזר הרג'נדיג דעם עלעפאנט
רעפערענצן
- ↑ Scullard, Howard Hayes (1974). The Elephant in the Greek and Roman World. Cornell Univ Press. p. 186. ISBN 978-0801409318
- ↑ מאיר בר-אילן, מותו של אלעזר בקרב בית זכריה מחקרי יהודה ושומרון, ג (תשנ"ג - 1993) קדומים - אריאל, עמ' 117-125.
- ↑ ווי מען זעט אין ספר מקבים א, פרק ב', פסוקים א'–ה'.
- ↑ "Avaran". Net Bible. Bible.org. Retrieved 18 November 2012
- ↑ * Bar-Kochva, Bezalel (1989). Judas Maccabaeus: The Jewish Struggle Against the Seleucids. Cambridge University Press. p. 334. ISBN 0521323525
- ↑ "Speculum Woodcuts and Miniatures". UC Press E-Books Collection, 1982-2004. Retrieved 18 November 2012
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער