יוחנן הגדי איז געווען א זון פון מתתיהו הכהן, א ברודער פון יהודה המכבי און איינער פון די פירער פון דער חשמונאי'שע רעוואלט.

ער ווערט דערמאנט ערשט צווישן די זין פון מתתיהו איז ספר מקבים א'[1], און יתכן אז דאס דייט אן אז ער איז געווען דער עלטסטער. אויך ווערט דארט דערמאנט זיין צווייטער נאמען, "גדי", און דאס איז ווארשיינליך מרמז אויף א גוטן מזל[2].

יוחנן איז געווען פון די קאמאנדירן ביי דער חשמונאי'שער רעוואלט. ווען יהודה איז ארויס אין די שלאכטן קעגן ניקנור האט ער איינגעטיילט זיין מיליטער אין פיר טיילן; און געשטעלט זיינע ברודער, אריינגערעכנט יוחנן[3], אין שפיץ פון זיי[4]. אויך שפעטער ווערט יוחנן באצייכנט אל "ראש החיל"[5].

נאך יהודה'ס אומקום אין א שלאכט קעגן באקכידעס, האט דאס פאלק געקרוינט אלס פירער זיין ברודער יונתן, וועלכער איז אנטלאפן פון באקכידעס צו מדבר תקוע. אין יענע צייט האט יונתן געשיקט יוחנן צו די נאבאטן אוועקצולייגן ביי זיי געלט און פארמעגן, אבער אן אראבישע שבט "יאמרי" פון מידבא האט בארויבט פון אים דאס פארמעגן און אים גע'הרג'עט. יונתן און שמעון האבן נקמה גענומען פאר זיין בלוט, און א צייט שפעטער האבן זיי באפאלן א חתן פונעם שבט מיט זיינע באגלייטער, גע'הרג'עט 400 לייט, פארטריבן די איבריגע, און בארויבט די פארמעגנס זיי האבן געטראגן[6].

רעפערענצן

  1. ספר מקבים א, פרק ב', פסוק ב'.
  2. אברהם כהנא, "מקבים א", הספרים החיצונים ב, ירושלים, תש"ל, זייט קד (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  3. אין דער יווני'שער ווערסיע שטייט "יוסף", אבער עס איז ווארשיינליך א טעות. זע: אברהם כהנא, "מקבים ב", הספרים החיצונים ב, ירושלים, תש"ל, זייט רד (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  4. ספר מקבים ב, פרק ח', פסוק כ"ב.
  5. ספר מקבים ב, פרק ח', פסוק ל"ה.
  6. ספר מקבים ב, פרק ח', פסוקים ל"ה–מ"ב; יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, בוך יג, קאפּיטל א.