רוי:ג' ניסן
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ג' ניסן איז דער דריטער טאג פונעם זיבעטן חודש
אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער דריטער טאג פונעם ערשטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
חגים וזמנים
- קרבן פון אליאב בן חלון, דער נשיא פון שבט זבולון
געשעענישן
- ב'תמ"ט – אין דעם טאג האט מען דעם ערשטן מאל געשפריצט דעם מי חטאת אויף אידן
- ה'רנ"ב – דער שפאנישער קעניג פערדינאנד דער צווייטער פון אראגאן און די קעניגין איזאבעלא די ערשטע פון קאסטיליע געבן ארויס דעם גירוש-באפעל פון די אידן פון שפאניע
- ה'תש"ד – חורבן אייראפע: אנגעהויבן די קינדער-אקציע אין קאוונער געטא
געבוירן
- ה'תרפ"א – רבי משולם פייש לאווי, דער טאהשער רבי
יארצייטן
- ה'תקפ"ב – רבי זאב וואלף פון זבאריזש, אן אדמו"ר און א זון פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב
- ה'תרמ"ה – רבי אליעזר ירוחם באראן פון קראקא, אן אייניקל פון סבא קדישא פון ראדאשיץ, און אן איידעם פון צאנזער רב
- ה'תש"ח – רבי יעקב חי בכור נסים, פון די פירער פון די ספרד'ישע קהילה אין ירושלים און א גבאי פון די כוללים
- ה'תשנ"ו – רבי אריה לייב גראסנס, אב בית דין אין לאנדאן און ראש ישיבה אין טאנדזשיר (געבוירן ה'תרע"ב)
- ה'תש"פ – רבי צבי שינקער, ראש ישיבת בית דוד און א תלמיד פון רבי אלעזר מנחם שך און רבי יחזקאל לעווינשטיין