דרעפט:רבי יחזקאל לאנדא

פון המכלול
ווערסיע פון 22:42, 20 נאוועמבער 2024 דורך עברי אנכי (שמועס | ביישטייערונגען) (הגהה)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער "נודע ביהודה"
רבי יחזקאל לאנדא
Yechezkel Landau.jpg
געבורט נאוועמבער 7 1713
י"ח חשוון ה'תע"ד
אפטא, האיחוד הפולני-ליטאי
פטירה אפריל 29 1793 (אלט: 79)
י"ז אייר ה'תקנ"ג
פראג, "הייליגע" רוימישע אימפעריע
מקום קבורה פראג, טשעכיי
ספרים נודע ביהודה, צל"ח,
דגול מרבבה

רבי יחזקאל הלוי לאנדא (אויך גערופן סג"ל לאנדא; י"ח מרחשון, ה'תע"ד, אפטא, פוילןי"ז אייר, ה'תקנ"ג) איז פון די גרויסע פוסקים אין הלכה צווישן די אחרונים, וועלכע האט געדינט אלס דיין אין בראד און אב"ד פון יאמפעלע און פראג, בעהמען. ער איז אויך באוואוסט אויפן נאמען פון זיין שאלות ותשובות ספר, נודע ביהודה.

ביאגראפיע

Noda beyehuda.JPG

אינגע יארן

רבי יחזקאל איז געבוירן אין אפט, פוילן, י"ז מרחשון תע"ד צו זיין פאטער יהודה, א מיטגליד אין דעם וועד ארבע ארצות און זיין מוטער חיה, א טאכטער פון רבי אליעזר אב"ד דובנא. זיינע עלטערן זענען ביידע געווען אייניקלעך פון רבי העשיל פון קראקא. ר׳ יהודה איז געווען א זון פון צבי הירש לאנדא, דער פרנס אין שטאט פראג, פון די באוואוסטע גאליציאנע לאנדא פאמיליע, וועלכע האט געשטאמט פונעם שטאט לאנדא אין רהיינלאנד.

ביי די עלף יאר האט ער געלערנט תורה ביי רבי יצחק אייזיק סג"ל פון לודמיר. ווען ער איז געווארן בר מצוה האט ער אנגעהויבן לערנען אינעם בראדער קלויז. אין יאר תצ"ב האט ער חתונה געהאט מיט ליבא, די טאכטער פונעם נגיד ר' יעקבקא פון דובנא. ער האט געוואוינט אין דובנא א קורצע צייט, נאכדעם וואס זיין שווער האט זיך אריבערגעצויגן קיין בראד, איז ר' יחזקאל מיטגעגאנגען און זיך צוריקגעקערט אין קלויז.

רבנות

זייענדיג אן אויסגערופענער תלמיד חכם איז רבי יחזקאל אין תצ"ד באשטימט געווארן אלס דער ראש בית דין פון בראד. אין תק"ה האט פאסירט אז דער בית דין פון בראד האט געגעבן א פסק קעגן די שנור פון א גרויסן גביר אין בראד. די דריי דיינים זענען געווען רבי יחזקאל לאנדא, רבי מאיר מרגליות (מחבר פון ״מאיר נתיבים״) און רבי גרשון קיטאווער. דער גביר איז געווען נאנט צום פריץ און צוליב דעם פסק האבן די דריי דיינים געדארפט אנטלויפן פון בראד.

עטליכע חדשים שפעטער האט די קהילה אין יאמפעלע, פאדאליע (דאן טייל פון פוילן) גערופן רבי יחזקאל צו ווערן זייער רב. ער האט פארפילט דעם אמט צען יאר, און אויפגעשטעלט א ישיבה אין יאמפאלע. דארט איז ער בארימט געווארן מיט זיינע דיפלאמאטישע פעאיגקייטן ביים שליכ]ן די עמדין-אייבשיץ אנגעצויגנקייט (רבי יעקב עמדין, א פייערדיגער קעגנער צו אומארטאדאקסיע, האט באשולדיגט רבי יהונתן אייבשיץ אין פארשפרייטן אפיקורסות).

פראג

אום כ' כסלו, תקט"ו האט די קהילה פון פראג ממנה געווען רבי יחזקאל אלס אב"ד פון פראג און הויפט רב פון גאנץ בעהמען, צוואנציג יאר נאך דער פטירה פונעם פריערדיגן רב, רבי דוד אפנהיים. רבי יחזקאל איז געווען דארט רב ביז זיין פטירה.

אין די ת' און ת"ק יארן איז דאס לאנד בעהמען געווען אונטער דער האפסבורג מאנארכיע, געפירט פון דער קייסערין מאריא טערעזא. נישט קיין צוויי יאר אריין אין דעם רבנות פון רבי יחזקאל, האט פרייסן אטאקירט בעהמען ביי דער שלאכט פון פרא] אין דעם זיבן יעריגן קריג. זיינע תלמידים און נאנטע באקאנטע האבן מייעץ געווען דעם רב צו אנטלויפן פון פראג אבער ער האט נישט מסכים געווען פארלאזן זיין קהילה. ער האט ארויסגעגעבן א ספּעציעלע תפילה פארן וואוילזיין פון דעם קעניגליכן הויז. ער האט אויך גערופן אלע יודן אין דער אלטנוישול אריין וואו ער האט גע'דרש'נט וועגן טריישאפט צו דער קייסערין, און געסטראשעט אריינלייגן אין חרם ווער ס'וועט צוהעלפן דעם פיינד אדער האנדלען אין דעם לאגער פונעם פיינד.

ר' יחזקאל האט אויפגעשטעלט א ישיבה אין פראג און געזאגט דארט א שיעור פיר מאל א טאג צו פיר כתות פון תלמידים: צוויי שיעורים אין גמרא אין צוויי שיעורים אין שלחן ערוך. צווישן זיינע תלמידים זענען געווען רבי אברהם דאנציג, רבי דוד דייטש (מחבר פון ״אהל דוד״), רבי אלעזר פלעקלעס און רבי בצלאל רענשבורג.

די מנהיגי החסידות, צווישן זיי דער צאנזער רב און דער בעל התניא, האבן שטארק געשעצט ר' יחזקאל.

אום תקל"ג האט אויסגעבראכן א פייער וואס האט פארברענט זיין הויז מיט זיינע כתבים. נאכהער האט ער אנגעהויבן צו דרוקן זיינע תשובות, וואס האבן ערשינען צום ערשטן מאל אין תקל"ז מיטן נאמען ״נודע ביהודה״ לכבוד זיין פאטער ר' יהודה.

אום תקמ"ג האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן זיינע חידושים אויף ש"ס מיטן נאמען ״ציון לנפש חיה״ (צל"ח) לכבוד זיין מוטער חיה.

דעות

כאטש רבי יחזקאל האט געלערנט קבלה און איז געווען באקאנט דערין, איז ער געווען א שארפער קעגנער צו חסידות. ער האט אמאל אפגעהאלטן א וויכוח מיט רבי יעקב שמשון פון שפיטיווקא איבער דעם. לויט פארשידענע מקורות האט ער געוואלט פארברענען די ספרים פון תולדות יעקב יוסף, אבער האט זיך למעשה אפגעהאלטן דערפון. ער האט געשריבן א תשובה קעגן דאס זאגן לשם יחוד, זיך אויסדרוקנדיג ״צדיקים ילכו בם וחסידים ייכשלו בם״. דער דברי חיים האט טאקע נישט געזאגט לשם יחוד צוליב דעם. דער באר מים חיים האט אנגעשריבן א תשובה דערקעגן. און מען זאגט אויך אז ווארשיינליך האט דער נוב"י חרטה געהאט דערפון בסוף ימיו, ווייל ער האט געגעבן גאר א ווארימע הסכמה אויפן ספר אור לישרים פון רבי זרח איידליץ וואו דער ערשטער דרוש באציט זיך איבער דעם חשיבות זאגן לשם יחוד בעפאר א מצוה.

שפעטערע יארן

אין זיין עלטער, ווען ער איז געווארן קראנק, האט ער איבערגעגעבן די ישיבה צו זיין זון רבי שמואל (וואס איז געווארן פראגער רב נאך אים). י"ב טבת תק"נ איז נפטר געווארן זיין רביצין. אין זיין לעצטן יאר האט ער ווייטער געשריבן תשובות. י"ז אייר תקנ"ג איז ער נפטר געווארן, און יודן זענען געקומען פון גאנץ בעהמען אויף זיין לויה.

ספרים

זיינע פסקים אין נודע ביהודה זענען פון די פראמינענטסטע אין דער הלכה וועלט.

  • שו"ת נודע ביהודה
  • ציון לנפש חיה (צל"ח) — חידושים אויף ש"ס
  • דורש ציון
  • אהבת ציון – געדרוקט צום ערשטן מאל אין יאר תרמ"א אין ווארשא
  • דגול מרבבה (אויף שלחן ערוך)

ברודער

זיין קבר, אין בית החיים אין פראג
  • רבי מאיר הלוי

זיינע קינדער

  • ר' שמואל אב"ד פראג
  • ר' יעקבקא
  • הרבנית פריידא אשת ר' יוסף מפוזנא

ביבליאגראפיע

רעפערענצן