רוי:ציון
הר ציון איז אַ בערגל אין דרום-מערב פון דער אַלטשטאָט פון ירושלים אַרויס די ווענט, דאָך איז ער אַן אינטעגראַלער טייל פון דער שטאָט. אויף די באַרג ליגן וויכטיג ערטער פון אידישקייט, און להבדיל קריסטנטום און איסלאם.
הויך לערך 770 מעטער איבער דעם ים-שפּיגל, ציט זיך פון שער יפו ביז צום שער ציון; אַמאָל איז דאָרט געשטאַנען די פעסטונג "מצודת ציון" פון די יבוסים, וואָס איז איינגענומען געוואָרן דורך דוד המלך (שמואל ב' ה'); "ציון" איז געוואָרן אין תנ"ך און אויך אין דער גמרא און מדרש און אין די תפלות און אין דער העברעאישער פּאָעזיע אין מיטלאַלטער, דער סימבאָל פון ירושלים און ארץ-ישראל און די בענקשאַפט פון אידישן פאָלק צו גאולה ("דרכי ציון", איכה א' און אַנדערע תנ"ך-ערטער); די לידער פון רבי יהודה הלוי, באַזעלט מיט בענקשאַפט צו ארץ-ישראל, און צו גאולה, ווערן אָנגערופן די "ציוניאדן", און דאָס באַרימטסטע פון זיי איז "ציון הלא תשאלי", אויך די נייע באַוועגונגען אויפצובויען ארץ-ישראל איז באַצייכנט געוואָרן מיט ציון ("חובבי ציון", "ציוניזם").
גאַלעריע
דרויסנדיגע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: ציון |
- הווי וחיים בהר ציון, על פי מורשתו של הרב שמואל זנגוויל כהנא
- על בית הכנסת הספרדי בהר ציון, כתבה של ההיסטוריון ראובן גפני במוסף 'שבת', מקור ראשון, טבת תשע"א
- סיפורים עממיים על הצלה ומעשי נסים ב קבר דוד המלך
- כתבה/סיור (כולל ווידעא) הר ציון - רון פלד (ynet)
- ממי_שאמרו (ניק) ,"ביהמ"ק נישט געווען אין ירושלים??", ארטיקל אויף אייוועלט