רוי:רבי יעקב יצחק פון לובלין
רבי יעקב יצחק הלוי הורוויץ (ה'תק"ה - ט' מנחם אב ה'תקע"ה), באקאנט אלס דער חוזה פון לובלין.
אפשטאם
רבי יעקב יצחק איז געבוירן אין שעברעשין אין יאר ה'תק"ה, צו זיין פאטער הרב אברהם אליעזר הלוי הורוויץ, פון שעברעשין, און זיין מוטער, א טאכטער פון רבי יעקב קאפל פון ליקאווע.
ביאגראפיע
אין זיינער יונגערע יארן האט ר' יעקב יצחק געלערנט ביים מעזריטשער מגיד און ביים רבי'ן ר' שמעלקא ווען ער (דער רבי ר' שמעלקא) איז געווען רב אין שינאווא, און ער איז געווען א תלמיד פון דעם רבי ר' מיילעך. בערך תק"מ איז ער אריבער קיין לאנצוט. ער האט חתונה מיט מרת שפרינצא, און ער האט געפירט דארט א הויף. אין דער תקופה האט מען אים גערופן דעם לאנצוטער צדיק. פון לאנצוט איז ער אריבער אויף א קורצער צייט קיין ראזוואדאוו. אין תק"ס איז ער געקומען קיין לובלין, וואו ער איז געבליבן ביז סוף ימיו. אין דעם צענטער פונעם יידישן פערטל פון לובלין האט ער אויפגעשטעלט א קלויז וואו א סאך מענטשן פון אלע קרייזן פלעגן קומען פרעגן אים אן עצה.
רבנות
אין זיין יונגע יארן האט רבי יעקב יצחק זיך פארדעקט די אויגן זיבן יאר, ער זאל נישט זעהן קיין זאך וואס מען דארף נישט. זיין הייליגער זעהונגס קראפט האט דערגרייכט פון איין עק וועלט צום אנדערן, ביז ער האט געבעטען ביים אייברשטען, ער זאל אים דאס איינצוימן.
רבי יעקב יצחק איז געווען א תלמיד פון דעם מעזריטשער מגיד און פון נועם אלימלך, אומגעפער אין יאר ה'תק"מ האט רבי יעקב יצחק זיך באזעצט אין לאנצהוט אין לויט דעם באפעל פון זיין רבי'ן דער נועם אלימלך האט ער אנגעהויבן פראווען רביסטעווע.
אין יאר ה'תק"ס איז רבי יעקב יצחק אריבער קיין לובלין.
הסתלקות
שמחת תורה ה'תקע"ה איז רבי יעקב יצחק ארויס געפאלן פון פענסטער, און ער איז נפטר געווארן אין דעם זעלבן יאר תשעה באב ה'תקע"ה, אין ער ליגט אין לובלין.
פאמיליע
פון זיינע קינדער:
- הרב צבי הלוי הורוויץ, איידעם בזיווג ראשון ביי רבי אריה יהודה לייב פון וואלטשיסק, איידעם בזיווג שני ביי רבי נתן נטע פון כעלם.
- רבי אליעזר (נפ' ח' תמוז תר"ג) זון פון רבי צבי. איידעם פון רבי יוסף ברוך, דער "גוטער ייד" פון ניישטאט (זון פונעם מאור ושמש).
- רבי יהושע אשר שטערנפעלד (געב' תרכ"ז). א תלמיד פון יעקב צבי פון פאריסוב (חסידות) און זיין ברודער רבי מאיר שלום פון קאלושין. האט אנגעהויבן פירן א רעביסטעווע אין תרצ"ד. אומגעקומען אין ווארשע ביים חורבן אייראפע.
- רבי חיים שמואל שטערנפעלד-הורוויץ פון כענטשין (נפ' י"ח טבת תר"ע). איידעם פון רבי יהושע העשיל פרענקל פון קאמארנא. ער האט שטארק ליב געהאט ארץ ישראל און זיין זייגער איז געווען געשטעלט לויטן ארץ-ישראלדיקן זייגער.
- רבי אליעזר (נפ' ח' תמוז תר"ג) זון פון רבי צבי. איידעם פון רבי יוסף ברוך, דער "גוטער ייד" פון ניישטאט (זון פונעם מאור ושמש).
- הרב ישראל הלוי הורוויץ, איידעם פון רבי דוד (א ברודער פון רבי אברהם משה מפשעוורסק)
- הרב יוסף הלוי הורוויץ (ה'תקמ"ב - ה'תקע"ח) פון טורטשין, איידעם ביי רבי מרדכי פון קארעץ.
- רבי אברהם הלוי, איידעם ביי יעקב משה פון לובלין; נפטר ווען זיין פאטער האט נאך געלעבט, ט' תשרי ה'תק"ע.
זיינע תלמידים
- יעקב יצחק פון פרשיסחא, דער "ייד הקדוש"
- שמחה בונם פון פרשיסחא
- רבי גדליה מלבוב
- אורי, דער שרף פון סטרעליסק
- רבי שלום רוקח פון בעלזא
- נפתלי צבי פון ראפשיץ
- רבי צבי אלימלך שפירא, גרינדער פונעם דינאווער הויף, פון וואס שטאמט אויך דער מונקאטשער הויף.
- יחזקאל פון קאזמיר, פון וועמען שטאמען די מאדזשיצער רביס.
- ישכר בער פון ראדאשיץ.
- דוד פון לעלוב
- דוב בעריש פון אשפעצין
- רבי שמואל פון קארעוו
- מאיר פון אפטא, מחבר פונעם ספר "אור לשמים", וואס דער חוזה האט אים באשטימט פאר אן אדמו"ר.
- ישעיה פון פשעדבארזש
- קלונימוס קלמן פון קראקע, מחבר פונעם ספר "מאור ושמש"
- רבי מרדכי דוד אונגאר פון דאמבראווא
זיינע ספרים
- זאת זכרון
- זכרון זאת
- דברי אמת