רבי חנינא איש אונו

פון המכלול
ווערסיע פון 01:12, 19 פעברואר 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (פארראכטן פּאראמעטער, ארויפגעברענגט רש"י פאראלעל צו הלוי...)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי חנינא (אויך: חנניה) איש אונו איז געווען א תנא אין דריטן דור (דער ערשטער דור נאכ'ן חורבן[1]), וועלכער איז געקומען פון שטאט אונו נעבן לוד.

אין משניות ווערט דערמאנט איין הלכה וואס ער האט איבערגעגעבן: ”וזו הלכה העלה רבי חנינא איש אונו מבית האסורין: מקובל אני באומר לשלשה תנו גט לאשתי, שיאמרו לאחרים ויכתבו, מפני שעשאן בית דין” (משנה, גיטין ו, ז). רש"י ערקלערט אז ער האט געהערט די הלכה פון רבי עקיבא, ווען רבי עקיבא איז געזעסן אין תפיסה. לויט רבי יצחק אייזיק הלוי, האט רבי חנינא איבערגעגעבן די הלכה בסוף ימיו, ווען ער איז שוין געווען גאר אלט[2].

ער ווערט דערמאנט נאך איין מאל אין תוספתא, ווי ער האט עדות געזאגט פאר רבן גמליאל אין יבנה אז מען דארף מעבר זיין דעם יאר נאר אין חלק יהודה פון ארץ ישראל, און נישט אין גליל[3].

לויט דער רמב"ם, איז חנניה איש אונו אויך צווישן די וועלכע ווערן גערופן "הדנים לפני חכמים"[4].

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

רעפערענצן

  1. פירוש המשניות להרמב"ם, הקדמה, הפרק הרביעי
  2. רבי יצחק אייזיק הלוי, דורות הראשונים ד, פראנקפורט, תרע"ח, עמ' 728
  3. תוספתא, סנהדרין, ב, יג; תלמוד ירושלמי, מסכת סנהדרין, פרק א', הלכה ב', דף ד, ב; סנהדרין יא, ב
  4. פירוש המשניות להרמב"ם, הקדמה, הפרק השביעי. לויט אונזער גירסא אין סנהדרין יז, ב, איז חנניה איש אונו נישט אויסגערעכנט צווישן זיי