רוי:רבי חיים יוסף דוד אזולאי

פון המכלול
ווערסיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי חיים יוסף דוד אזולאי

הרב חיים יוסף דוד אזולאי, באקאנט מיט זיינע ראשי תיבות חיד"א, (ה'תפ"ד 1724 - י"א אדר, ה'תקס"ו 1806) דאס איז דער באקאנטער ספרדישער גדול און אדם השלם וואס האט באלייכט דאס ספרדישע אידנטום מיט זיין תורה, קדושה, חכמה, פקחות.

דער חיד"א האט מחבר געווען צענדליגע ספרים אויף אלע מקצועות התורה, ער איז געווען א באקאנטער מענטש אין דער גארער וועלט.

ער איז געווען א שד"ר צוויי מאל פון ארץ ישראל קיין חוץ לארץ, וואס האט געזאמלט געלט פאר די ארימע אידן אין ארץ ישראל.

דאס לעצטע מאל ווען ער איז ארויסגעפארן אין איטאליע, איז ער שוין פארבליבן דארט, מייסטענס אין ליווארנא, און האט דארט מחבר געווען רוב פון זיינע ספרים. ער איז געווען אין אסאך מדינות צווישן זיי ארץ ישראל, מצרים, איטאליע, אמסטערדאם, פראנקרייך, און האט זיך געטראפן מיט אסאך אידן און גויים צוגלייך, מיט רבנים, צדיקים, לומדים, קעניגן, שרים, עשירים און נאך וויכטיגע לייט, ער האט נושא חן געווען וואו אהין ער איז געקומען. זיינע ספרים זענען א קוואל וואס יעדער שעפט דערפון, ספעציעל היסטאריקער פון אידישן פאלק האבן אנגענומען וואס ער שרייבט אלס די מערסטע קראנט.

זיינע נסיעות און וואס עס איז אריבער אויף אים האט ער זעלבסט געשריבן אין זיינע צוויי קונטרסים וואס הייסן "מעגל טוב" צוויי חלקים.

ער איז געבוירן שנת ה'תפ"ד.[1] און איז נפטר געווארן י"א אדר ה'תקס"ו.

דער חיד"א האט געצויגן צו זיך מאסן מענטשן, מען האט געהאט פאר אים א ספעציעלער הדרת כבוד, ער שרייבט אז זייענדיג אין טריאסטי זענען די אידן אזוי נתפעל געווארן פון אים אז מען האט איעהם געברענגט א ספעציעלן שטוהל ער זאל זיך זעצען און מענטשן האבן אים געטאראגן אין בית המדרש. (מעגל טוב ע' 78). ער שרייבט אז אין אמסטטערדאם האט ער געהערט ווי אין פארשידענע שטעט האבן אסאך פארציילט פון זיין גרויסקייט. אויך אסאך גוים און גרויסע הערן פלעגן אים קומען באזוכן און הערן פון אים קלוגשאפט, איינמאהל זייענדיג אין טורינו איז געקומען צו אים דער אמבעסאדער פון פראנקרייך מיט א דעלעגאציע אים באזוכן. אויך גרויסע עשירים סוחרים און באנקירין זענען אים געקועמן באזוכן מיט כבוד (מעגל טוב ע' 173). און נרבונה זענען געקומען אלע שרים און הערין פו שטאט באזוכן, מיט זייער ווייבער, אים צו זיין "זיי האבן מיט געגעבן גרויס כבוד" (מעגל טוב ע' 134).

זיינע גרויסע זיידעס און עלטערן

דער חיד"א האט געשטאמט פון זייער גרויס יחוס. עטליכע דורות זענען אלע געווען גרויסע רבנים און ראשי בית דין.

דער ראש פון דער משפחה און דער גולת הכותרת איז ר' אברהם אזולאי דער בעל מחבר פונעם וואונדערליכן ספר חסד לאברהם, א תלמיד פון ר' חיים וויטאל. דער חיד"א ברענגט פיל פון אים.

ר' אברהם האט געהאט א זון ר' יצחק אזולאי אויך א גרויסער גאון א ראש ישיבה. ר' יצחק האט געהאט א זון ר' ישעיהו אזולאי וואס איז געווען א בעל מקובל און א ראש בית דין אין ירושלים און אין חברון. זיין זון איז געווען א גאון פון ירושלים איינע פון די ראשי בית דין אין זיינער צייט, ר' יצחק זרחיה אזולאי דער טאטע פון דעם חיד"א.

זיינע רביים

דער חיד"א האט געהאט עטליכע רביים, אבער דער עיקר וואס ער פארעכנט פאר זיין רבי מובהק איז ר' יונה נבון דעל בעל מחבר פון ספר נחפה בכסף, ער איז געווען זיין פעטער, זיין טאטעס שוואגער.

אויך האט ער געלערנט ביים אור החיים, רבי חיים בן עטר, ער איז ארויף אויף ארץ ישראל אין יאר ה'תק"ג און איז דארט געווען עלף חדשים, אין די עלף חדשים האט דער חיד"א געלענרט אין זיין בית המדרש פון נגלה (ער האט אויך געהאט א בית המדרש פון נסתר סודות התורה).

ווען דער חיד"א איז אריין אין זיין ישיבה איז ער אינגאנצן געווען אלט 18 יאר, און דאך האט ער זיך פארעכנט פאר די אויגעצייכנטע תלמידים אין די ישיבה. ער ברענגט פון זיין רבין דער ר' חיים בן עטר אסאך שיעור מאמרים און טייטשן און הלכות. זעה (מחזיק ברכה או"ח סי' תכ"ו או"ג, סי' תס"ז או"ט ככל לאדן דקכ"ה, ד'קי"ח, פתח עינים שבוועת דט"ו, כסא רחמים פכ"ו, חומת אנך ישעיה מא, רוח חיים דע"ח), און נאך.

דער דריטער גאון ביי וועם דער חיד"א האט געלערנט אלס בחור איז ר' אליעזר נחום אדריאנופאלי, און אויך ביים דעם גאון ר' ישראל מאיר מזרחי, ר' יצחק ב"ר יהודה הכהן רפאפורט, ר' גדליה חייון, ר' יצחק הכהן, ר' חיים ניסים משה מזרחי. און נאך.

אין קבלה און אין סודות התורה פארעכנט זיך דער חיד"א אלס תלמוד פון דער גרויסר בעל מקובל ר' שלום מזרחי דידיע שרעבי באקאנט מיטן נאמען דער רש"ש. עס איז אינטעעסאנט צו צוגעבן אז וואס עס שטייט אין מעטה תהלה (דקי"ט) אז דער רש"ש האט אים אמאל געזאגט אזוי: "איך ווייס אז דער עיקר וואס דיין ציל אויף די וועלט דארף זיין צו לערנען נגלה, אין דעם האסטו א שטארקע השגה, אבער צום סוף וועסטו פארשטיין צו לערנען די חכמת האמת".


די יוגנט יארן

זיין טאטע שרייבט אויפן חיד"א ביי זעקס און זיבן יאר האט געקלאפט אין אים א גייסט פון ה', ער האט דערקענט השי"ת, און האט זיך נישט אפגעטוהן פונעם אוהל תורה, פון מיין שוואגער (הקדמה שער יוסף).

אויך זיין רבי ר' יונה נבון שרייבט אויף אים אין דער הסכמה זייער גרויס ווי ער האט עוסק געווען בלויז אין תורה, און ווי אונטער די ניין יאר איז ער שוין געווען א שם דבר אין גאנץ ירושלים אין יענע צייט ווען גאונים און תלמידי חכמים האבן זיך געווארפן אין אלע זייטן.

ביי די צוועלף יאר האט ער שוין אנגעהויבן צו שרייבן הגהות אויפן ספר האגור און אויף הלכות מליחה. זיין רבי האט אים געלענרט ער זאל שרייבן אסאך, אויך ווען זיין רבי איז ארויס געפארן קיין מצרים האט ער אים אנגעזאגט ער זאל שרייבן אים בריוו פון חידושי תורה כדי ער זאל מיטהאלטן וואס ער לערנט, און זיך לערנען שרייבן (חיים שאל ח"א סי' ס"א, וסי' ס"ג, ברכי יוסף יור"ד סי' ק"ע). זיין רבי האט אים געזאגט שרייב אויף פאפיר וואס די ביזט מחדש, קוק נישט צו עס איז גיט אדער נישט (נחפה בכסף ח"א חו"מ סי' ד').

ער האט זיך צוזאמען גענומען מיט עטליכע פון זיינע חברים אין די ישיבה בית יעקב און האבן געלערנט אין תורה פון זיינע חברים זענען באקאנט ר' יום טוב ב"ר יעקב אלגאזי, ר' שלמה חייא מזרחי דער זוהן פונעם גאון ר' ישראל מאיר מזרחי ().

דער חיד"א איז אויך אינטערגעשריבן אונטער דעם באקאנטען "שטר התקשרות" פון די תלמידים פון דער רש"ש. דער שטר ההתקשרות איז א אינטערעסאנטער דאקומענט וואס איז געבליבן און די חוקרים פון היינטיגע צייטן שרייבן אסאך דערוועגן, אינעם שטר שטייט אז עס האבן צוזאמען גענומען אסאך חשובע תלמידי חכמים צווישן זיי דער חיד"א און זיין חבר דער מהרי"ט אלגאזי, צו זיין געבונדען און חברים אויף דער וועלט און אויף יענער וואלט. דער שטר איז אונטערגעשריבן עטליכע מאל, אין פארשידענע יארן די צווייטער שטר וואס מיר האבן איז געשריבן אין יאר ה'תקי"ד, דערנאך אין יאר ה'תקי"ח, ה'תקי"ט.

דער שטר איז ענדליך וואס מען זעט ווי די חבורה פון ר' חיים וויטאל האט געשריבן אין זיינער צייט.

זיין פריוואטע הארעוואניע

ֿ עס איז געבליבן פון חיד"א אינטערעסאנטע התנהגות און הראוואניע וואס ער זעלבסט האט פארצייכנט אין זיינע מאמוערן מעגל טוב, ווי אז אין די עשרת ימי תשובה איז ער אייביג געזעסען אליין מיט התבודדות, ער האט אין זיי כעמט נישט גערעדט, און געפאסט די וואכן טעג פון זיי, און אפילו באנייכט האט ער געגעסן בלויז קאקוס, ער פלעגט פאסטן אסאך נישט טרינקען אפילו קיין וואסער, ער שרייבט איינמאהל האט ער געפאסט גאנצע פופציג שעה (מעגל טוב שנת תק"ל). אפילו אין יאר ה'תקמ"ז ווען ער איז געווען נישט געזונט האט ער אויך באוויזען צו פאסטן. אין די טעג האט ער אויסגעזאגט זעקס מאל גאנץ תהלים,

ער האט געפאסט יעדן ערב ראש חודש, אלע טעג פון שובבי"ם, און אסאך נעכט דערפון האט ער נישט געטרונקען אפילו וואסער.

שבת און ימים טובים האט ער גערעדט בלויז לשון הקודש,

ער פלעגט אסאך לערענן משניות און מוסר ספרים און ער שרייבט אז תלמידי חכמים זענען מחיוב צו לערנען תנ"ך, משניות, און מוסר ספרים דבש לפי אות ת'., אויף א פלאץ שרייבט ער: מען איז מחיוב צו לערענן יעדן טאג מוסר צפורן שמיר פ"ד אות נ"ג. מורה באצבע פ"א אות י"ז.

זיין גאונות, בקיאות און ידיעות

דער חיד"א איז געווען א קענער און ווייסער פון אלעס און אלדונג, ער שרייבט: הקב"ה האט מיר געגעבן כח און א גוטן שכל מפלפל זיין מיט שטארקייט און חריפות, די מענטשן וואס הערן וואונדערן זיך דערויף, א גאנצע נאכט האב איך עוסק געווען אין טיעף פלפול ביז עלות השחר (מעגל טוב ע' 61) והיה לי פתחון פה להקשות ולתרץ מעניטן לענין, והענינים שהיו אומרים הם הייתי טוען עליהם והכל בקלות גדל בעזר משדי (שם ע' 64).

א אינטערעסאנטע זאך דערמאנט ער אין זיין טאג בוך אז אין יאר תקכ"ד ווען ער איז ארויס פון ירושלים, זענען אים באפאלן א באנדע אראבער וואס האבן אים געוואלט שלעכטס טון, ער שרייבט וויבאלד מיר האבן זיך געפונען אין א סכנה האב איך געמוזט דערמאנען דעם הייליגן נאמען פון שמירת הדרך, און זיי האבן נישט געהאט קיין שליטה אויף אונז. (מעגל טוב עמוד 47)

עס זענען פארבליבן אויך עטליכע קמיעות פונעם חיד"א, אויך אין זיינע בריוו דערמאנט ער עטליכע קמיעות וואס ער האט געגעבן פאר זיינע נאנטע (אגרות רוזנבערג סי' ז', לבנו תשרי תקמ"ט ועוד). אויך אין זיינע ספרים (יוסף בסדר, שומר ישראל, סנסן ליאיר, כף אחת) ווערט דערמאנט ספעציעלע שמירות און סגולות פאר פרויען וואס שוואנגערן, פאר האבן א זוהן, פאר רפואה, פאר פחד, פאר הצלחה, פאר חן פאר א קעניג, א שר א מושל. עס איז אינטערעסאנט וואס ער שרייבט אין כף אחת סי' ל"ב א אמת'ע סגולה פאר יעדן ענין, מען זאל זיין א אמת'ער עניו פון טיפעניש פון הארץ, געבן צדקה ווי ווייט מען קען, און לערנן תורה לשמה לשם שמים.

זיין השפעה אויף שפעטער

פון דעם חיד"א איז איבערגעבליבן אסאך פארן כלל ישראל, ווי למשל, די סאך תפלות און בקשות וואס דער חיד"א האט מתקן געווען, וואס כמעט גאנץ כלל ישראל זאגט עס, עס איז צושפרייט אין זיינע ספרים סנסן ליאיר שומר ישראל, יוסף בסדר, כף אחת, כרם חמר, בית מנוחה, משמרת הטהרה, חדשים לבקרים. ספעציעל איז באקאנט די סידור פון הקפות אויף שמחת תורה פון מורה באצבע צפורן שמיר, וואס שטאמט פון חיד"א. אויך דער לאנגער תפלה וואס אידן זאגן ביי תשליך ראש השנה שטאמט פון חיד"א, אויך איז גאר באקאנט דעם סדר פון חיד"א אינעם חק לישראל וואס ווערט גערופען יוסף לחק.

די הצלחה פון חיד"א איז אויך דערמיט וואס חוץ דעם וואס ער האט געשריבן ספרים און פסקי הלכה און אסאך חיבורים פאר כלל ישראל, האט ער אבער אויך אסאך צוגעלייגט אז דער המון עם און פשוט'ער איד זאל האבן נוצען, ווי זיינע סאך תפלות וואס ער האט געשריבן און מזכה געווען כלל ישראל, זיי חומש און הוספות פון ספר חק לישראל, און זיין פירוש אויפן זוהר ניצוצי אורות, און זיינע פירושים אויף עין יעקב ווי פתח עינים, מראות עין.

דער חיד"א איז געווארן אנגענומען אין גאנץ כלל ישראל, נישט בלויז ביין ספרדים, מען קען אפשר זאגן אז ער איז מער געשעצט און חשובער ביי אשכנזים ווי ספרדים, די ספרדים באציען זיך צו אים ווי נאך א גרויסע גדול פון ספרד, אבער ביי די אשכנזים איז ער גאר שטארק אנגענומען. אט זענען אויסצוגן פון גדולי ישראל אויף אים.

ער אליין פארציילט אז די גאונים ווי דער פני יהושע, און הגאון רבי שאול אב"ד אמסטארדאם, האבן אים גאר שטארק מכבד געווען.

דער בני יששכר שרייבט אויף אים: איך ווייס נישט וואו דער מראה מקום דערפון איז נישט אין סוגיות הש"ס, אבער וויבאלד דער חיד"א איז א רב מובהק אין זיין דור שרייבט אזוי בבית דין של מטה, פסק'נט מען אזוי אויך אין בית דין של מעלה.[2] אויך ברענגט דער בני יששכר זיינע ספרים ראש דוד, דבש לפי, און ער האט געשריבן דערויף הערות.

דער גאון רבי אלעזר פלעקלס שרייבט אויף אים אין זיין ספר מעשה בר' אליעזר איך האב געזעהן א גלייכע אנגענומען זאך אין דעם חבור שמחת הרגל צו דעם געטליכן מאן, דער הייליגער און קלוגער מאן, דער בעל מחבר פון ברכי יוסף.


די נסיעות פונעם חיד"א

דער חיד"א איז ארויסגעפארן פון ארץ ישראל אויף צוויי לאנגע נסיעות אלס שד"ר צו זאמלען געלט פאר די ארעמעלייט אין ארץ ישראל. די ערשטע נסיעה איז געווען אין יאר תקי"ג, מיט זיין באדינער שמואל בן חיים, קיין מצרים און אייראפע. די צווייטע נסיעה איז ער געפארן אין יאר תקל"ג, מיט אברהם גבאי, קיין צפון אפריקע און אייראפע.

ביי איינע פון זיינע נסיעות האט דער חיד"א מחליט געווען אז ער פארבלייבט אין ליווארנא.


איינע פון די גרויסע פראגעס וואס די וואס די יודישע היסטאריקערס פרעגן פארוואס האט דער חיד"א זיך באזעצט אין איטאליע און זיך נישט אומגעקערט קיין ארץ ישראל. אין זיינע ספרים וואס ער האט געשריבן אין ליוואורנא איז ער שעטענדיג מתפלל ער זאל נאך אנקומען קיין ארץ ישראל ווי ער שרייבט אין יאר ה'תקל"ו: הוא ברחמו יוסיף לי שנות חיים טובים ויעזרני על דבר כבדו שמו וייטיב אחרית על התרוה וכו' ולחזור להתישב ארץ ישראל בכבוד ועושר וישוב וזרע קודש (קונטרס מסעות דף 77). אין יאר ה'תקל"ט וער ער האט חתונה געהאט מיט זיין צווייטע ווייב שרייבט ער ונזכה לעלות לארץ ישקראל בישוב ובהשקט ובטח מרב כל (מעגל טוב עמדו 177). און זיין פנקס חשבונות דף 27 שרייבט ער תחל שנה וברכותיה וכו' ויוליכנו לשלום לעיר הקדוש ירושלים. און אזוי געפינט מען אין עטליכע פלעצער. פאקטיש האט ער פרויבירט עטליכע מאל ארויף גיין קיין ארץ ישראל, אמאל מיט זיין זוהן אברהם, אבער קיינמאל איז אים נישט געלונגען. עס האט מן הסתם אויך געהאלפען דעם פאקט אז אין חוץ לארץ האט ער דאן געקענט מסדר זיין און דרוקן רוב פון זיינע גרויסע חיבורים. און באקאנטע ספרים.


זיינע חברים, עשירים, און זיינע נאנטע מענטשן

איינע פון די גוטע חברים און גוטער פריינד פונעם חיד"א איז געווען דער גרויסער רייכער מאן אין דער שטאט ליווארנא, רבי מיכאל פירירא די ליאון, אויך האט דער חיד"א געהאט א גרויסער עושר א נאנטער צו אים מיטן נאמען רבי אליעזר חי שאלתיאל ריקאנאטי.

דער חיד"א האט זיך אויף באקענט מיטן דרך החסידות די תלמידים פון גרויסן מגיד פון מעזריטש, און האט געהאט א נאנטער צוזאמען־ארבעט מיט זיי. דער בעל שם טוב ווערט דערמאנט מיט גרויס כבוד אין זיינע ספרים זעט חומת אנ"ך שה"ש א, א,.

זיין משפחה

דאס ערשטע ווייב פונעם חיד"א האט געהייסן רחל. ביי די פופצן יאר איז ער געווען מיט איר א חתן (חיים שאל ח"א דס"ט "ידיד נפשי הארוס").

זיי האבן געהאט א טאכטער קלארא, זי איז אוועק יונגערהייט אין יאר ה'תקכ"ה אין חודש אלול ווען דער חיד"א איז געווען מיט זיין משפחה אין מצרים.

דער חיד"א איז געווען אין תוניס ווען ער איז געוואר געווארן אז זי איז געשטארבן, געווען איז עס כ"ב אדר שנת תקל"ד, ער האט זיך געזעצט אויף דער ערד פאר עטליכע מינוט ווי א שמועה רחוקה, ער שרייבט אויף איהר, איך האב זיך מצער געווען און געקלאגט אויף דעם וואס עס איז פארלוירן געווארן אזא בריליאנט שטיין, זי איז געווען כמעט איינציג אין דעם דור מיט חכמה, מיט כבוד, מיט שכל עצום ונורא, איהר חן און איר שיינקיייט, אין צניעות און ריינקייט קען מען נישט משער זיין (מעגל טוב ע' 61).

אין יאר ה'תקל"ה זיבן טאג אין חודש חשוון האט דער חיד"א חתונה געהאט מיט זיין צווייטן ווייב רחל בת משה לוי, זי איז געקומען פין איטאליע פון דער שטאט פיסא. זי איז נפטר געווארן אין יאר ה'תקס"ד זעקס און צוואנציג טאג אין כסלו.

עס איז וואונדערליך וואו מען געפינט אין כתבים פון חיד"א וויאזוי ער האט אין יאהר ה'תקל"ד שוין אינזין געהאט חתונה צו האבן מיט אט דער פרוי, ער האט געטראפן רמזים אז רחל דארף הייסן זיין פרוי, ער שרייבט רחל גימטריא חיים יוסף דוד, כי רחל שכינת עוזנו וחשקה להתחבר עם דודה וזה על ידי המוחין חב"ד אהי"ה הוי"ה איה"ה גימטריא חיים כנודע, וזהו חיים רמז למוחין, יוסף יסוד, דוד מלכות, ולכן רחל גימטריא זו, שחשקה להתחבר ביסוד ז"א על המוחין (קונטרס מסעות דף 164).

שוין אין תקל"ז האט דער חיד"א געקויפט א רינגל פאר קידושין (פנקס החשבונות דף 10, קניתי טבעת קידושין לירי וויניציאה, ומעגל טוב עמ 89). מען געפינט צווישן זיינע כתבים וואו ער האט אינזין געהאט צו קויפן מתנות און שיינע זאכן פאר זיין ווייב, און וואו ער טרעפט רמזים.

עס איז דא אין זיינע כתבים (קונטרס חידושין על שו"ע) דער לשון הכתובה וואס דער חיד"א האט זעלבסט געשריבן פאר זיין צווייטער ווייב.

דער חיד"א האט חתונה געהאט מיט איר זיבן טאג אין חודש חשוון, אין יאר ה'תקל"ט. ער שרייבט א סימן ברכה ז' חשוון איז דער טאג וואס מען הייבט אן אין ארץ ישראל צו בעטן פאר רעגן.

רחל איז נפטר געווארן זעקס און צוואנציג טאג אין חודש כסליו ה'תקס"ד, אין א פלאץ איז דא ווי ער צייכנט אהן וויפעיל געלט עס האט איהם געקאסט דאקטער געלד פאר איהם אין יאהר תקס"ג, דער חיד"א שרייבט בעוה"ר נפטר נוות ביתי נ"ע יום א כ"ו כסליו ב' חנוכה שנת תקס"ד, ה' ילוה על משכבה ותתענג בדשון ותתפלל בעדינו".

זייער זון איז געווען הרב ר' רפאל ישעיה אזולאי.

זיין הסתלקות

דער חיד"א איז שוואך געווארן סוף פון זיינע טעג אין יאר ה'תקס"ה, ער האט מסדר געווען א צוואה, און געשריבן וויאזוי מען זאל זיך באגיין מיט זיין לויה, און אויך וואס מען זאל לערנען, ער שרייבט : יעדן טאג זאלן צען יודען לערענן אין זיין בית המדרש ח"י פרקים משנית. ער האט איברגעלאזט א סכום געלד פאר זיי. ווינטער אין יאר ה'תקס"ו איז ער קראנק געווארן, די קהילה אין ליווארנא האט באצהלט געלד פאר אידן מען זאל זאגן תהלים און מתפלל זיין פאר אים, פרייטיג צונאכטס פרשת זכור, עלף טאג אין חודש אדר איז ער נסתלק געווארן, נאך יענעם שבת האט מען געשטאלט משמרת צו זאגן תהלים און לערנען. מוצאי שבת האט מען אים מספיד געווען אין אים באערדיגט. מען האט אים געטועהן גרויס כבוד, און די חברה קדישא האט ארויס געגעבן א באפעל אז יענעם יאר פורים זאל מען נישט שפיעלן און נישט זיין ספעציעל פרייליך, זיי שרייבן אז ווער עס וועט עובר זיין אויף די באפעל "העבריינים יאסרו ויועמדו למשפט". דער נוסח המצבה: הן פה מדור/מופת הדור/איש חכם/גדול מנביא. עת כי נקרא/אור התורה/למרומי על/נשבר לבי. אוי כי נחבא/שר הצבא/אוי, כי כבה/נר מערבי. כבוד מלא/רב המופלא/בסנהדרין/הוא המצביא. רב הו"ד הוסף/חיים יוסף/דוד נקרא/לפאר וצבי. רב כנהוראי/הוא אזולאי/עלה מרום/שבה שבי ובסוד עירין/בו מזהירין/כל החכמות/שנה רבי. הן הוא נפטר/ובסוד נעטר/יום י"א אדר/נעדר טובי בשנת תיקו"ן/לפ"ק צקון/לחש ונהי/גדל עצבי. אך בספריו/הוד ספיריו/נראה סודות/בם משגבי. לפני עליון/תוך אפריון/תגל נפשו/עם הרשב"י. ישוב דודי/עם איש סודי/הוא אליהו/התשבי. מצבת קבורת איש אלקים קדוש הוא הרב המופלא מופת הדור והדרו המקובל האלקי מרביץ תורה בישראל החסיד והעניו ריש מאתיה וריב מתיבתיה הישיש כמוהר"ר חיים יוסף דוד אזולאי זצוק"ל זכותו יגן עלינו ועל כל הקהל קדוש יצ"ו נקרא אל השמים אור עינים יום שבת קדוש באחד עשר באדר שנת תקס"ו לפ"ק יש"י ועמה"ן [י'בא ש'לום י'נוחו ע'ל מ'שכבותם ה'ולך נ'כחו] תנצב"ה

עס געפינט זיך א הספד אויף אים אין די ספרים דרכי הים להרב יצחק מאייו. רבי יוסף חזן דער מחבר פון די וואנדערבארע ספרים חקרי לב אין מערכי לב ער שרייבט אויף אים "האדון שאנו עוסקין בהספדו היה ראש כל עדת בני שיראל, היה גדול הדור ומכפר על הדור". און נאך.


זיינע אויסערגעווענדליכע מדות

דער חיד"א איז געווען א ריזין בעל מדות. דער גאון רב מנחם בכר יצחק שרייבט אויף אים ווען ער איז אלט געווען פופצין יאר חכם רב בכור אזולאי שלום בכל מדות טובות (המעלות לשלמה דק"ג) זיין טאטע ר' יצחק זרחיה אזולאי שרייבט אויף אים מדותיו מה עצמו ראשיהם (בהסכמה לספרו שער יוסף).

ער זעלבסט פארצייכנט אין זיינע ספרים ווי שטארק ער האט זיך געהיט פון פארשעמען מענטשן אפילו ווען זיי זענען נישט געווען גערעכט, ווי ער שרייבט אויף א גדול וואס האט געפרעגט קשיות אויף ראשונים: כל הקשויות אינם כלום, אך אין לדבר בדרוש ולהלבין פניו ח"ו (מעגל טוב ע' 63). איינמאהל שרייבט ער הייתי סובל הרבה מאד, ומהודא ומשבח אנחא שנתן בי כח לסבול ונתן לי שכל טוב להתנהג כהוגן וכשרוה והצילנו מידו (מעגל טוב ע' 29).

איינמאל איז ער געקומען קיין בורדו, דער רב ר' יעקב עטיאס האט געפסל'ט דעם שוחט פון שטאט, די קהילה לייט האבן געהאלטן אז דער שוחט איז יא גיט, ווען דער חיד"א איז געקומען האבן ביידע זייטן מסכים געווען דער חיד"א זאל ארויסזאגן זיין פסק. דער חיד"א האט מעיין געווען און איינגעזעהן אז דער רב איז נישט גערעכט, איז דער חיד"א געגאנגען צום רב און אים געבעטן ער זאל נאכגעבן פאר די פרנסים און ראשי קהילה ווייל ער איז נישט גערעכט, דער חיד"א האט אים געזאגט עין בעין ראית אשר חששתי לכבודך, ואולם עתה מוכרח אני להטפל, ער שרייבט צר לי על חילול ה' ודומי דמעה על המורה הזקן, ומכל מקום כל העם אשר בשער ידעו כי מעשי לשם שמים, וכו', באופן שטרחתי הרבה בהלכות דרך ארץ וסבלנות עד אשר העמדתי האמת, ולא באתי למחלוקת עם המורה אף אם מעשיו שלא כהוגן, הייתי מכבדו ומזכירו בכבוד גדול בשני דרושים וכו' (מעגל טוב ע' 36).

געווען אמאל וואס ער איז געווען אין פאריז האט זיך געוואנדען צו אים א גרויסער מיליאנער וואס האט געהייסן שמואל פיג'וטו, ער האט זיך געוואלט ג'טן פון זיין ווייב, אבער זי האט נישט געוואלט, האט דער מיליאנער צוגעזאגט פארן חיד"א טויזענטער פראנק אויב ער פירט דורך דעם גט פאר זיין ווייב, דער חיד"א שרייבט אז ער האט אים געענפטערט, קוק אויב ווילסטו איך זאל מאכן שלום צווישן אייך דאן מאך איך עס אומזיסט אהן קיין געלד, ווייל דיין פרוי איז א עהרליכע פיינע פרוי, אויב אבער א גט וועל איך בשום אופן נישט טועהן (מעגל טוב 121)


עס איז אינטערעסאנט צו שרייבן אז אין זיינע ספרים שרייבט ער איינמאהל ווען מען איז זיך מתוודה אז מען האט צופיל געשריגן אויפן פרוי "גערנו בנשינו ובנינו ומשרתינו שלא כדת ושלא כדין (כף אחת סי' י"ט). אויף עטליכע פלעצער שרייבט ער וועגען שלום בית "ביותר יהיה לו שלום עם אשתו ויזהר לכבדה״ (מורה באצבע סי' ד' וסי' א' סעי' ח).

זיין הערליכן געשטאלט

צו דעם חיד"א האט צוגעגעבן זיין שיין געשטאלט, דער חיד"א איז געווען גאר א שיינע מענטש, מיט א הדרת פנים און באצירט מיט א אויסערגעווענליכן חן. ער דערמאנט אין זיין טאג בוך עטליכע מאל ווי למשל אין פראנקפורט האט מען אים געזאגט, חזותך מוכח כי יש נאמן אתה, זיינע קליידער זענען אלע געווען שיין און הערליך מיט א זעלטענעם סדר, ער פלעגט איבעראל מיט ברענגען זיינע קליידער, ער דערמאנט אין מעגל טוב ווי די בעלי עגלה האבן זיך גערעגט אויף אזוי פיל קליידער. אין יאר ה'תקי"ג אין מצרים שרייבט אויף אים דער דארטיגער רב ר' נסים שלמה אלגאזי ראו חזותו מוכחת עליו דומה הרב למלאך ה' צבאות " זיין געשטאלט זאגט עדות אויף אים ער איז גלייך ווי א מלאך" (הסכמה לספרו שער יוסף). דער גביר ר' גבריאל פרירא די ליאון פון ליווארנא שרייבט אויף אים והוא בא יפה תואר ויפה מראה נזר הקודש וכו', והיה כבואו אבי ואמי טף ונשים בקול ששון ובקל שמחה באהבה רבה יצאו לקראתו ויקדו וישתחו ויאמר לו בא יבא ברנה הננו עבדים לאדוני (ברכי יוסף ח"ב דקי"ב).

ער האט שטענדיג געצויגן צו זיך מאסן מענטשן, ווי ער איז געגאנגען האט זיך פארזאמלט אסאך מענטשען, יודען און גוים צוגלייך, און האט געקוקט אויף אים מיט ווינדער און ליבשאפט, אפילו פיינט פון אידן האט זיך געבויגן פאר אים. פון זיינע ספרים זעהט מען אויך ער האט געקענט עטליכע שפראכן ווי אראביש, ספרדיש, פורטעגעזיש, איטאלקיש, און אויך פראנצויזיש (זעה מעגל טוב עמוד 34, עמוד 126, 128, 169ת 145).


איינמאהל זייענדיג אין פראנקרייך האט אים א שר גענומען צו זיך אין זיין קאבינעט, דאס איז געועון אין פלאץ אין קעניג, דער פראנצוזישער קעניג האט אים געזעהן פון דערווייטענס, ער איז נתפעל געווארן פון זיין צורה, און געפרעגט: וועמענס אמבעסאדאר איז ער, צו וועלכער לאנד ? (מעגל טוב ע' 123).

זיינע ספרים

Postscript-viewer-blue.svg חיד"א, זיינע ספרים


זיינע תלמידים

ר' יעקב נוניס, דערמאנט דורכן חיד"א "אהובינו יקירנו החכם והשלם והכולל" (אגרת רוזענבערג סי' י"ז). אויך אין די ספרים חדות יעקב ווערט ער דערמאנט אלץ זיין רבי.

הרב שמואל ב"ר משה הכהן דערמאנט דורך דעם חיד"א אין מחזיק ברכה או"ח תקי"א א. הקדמה לאגרת החיד"א. מדבר בערבה. הרב ר' אברהם מבראד דער מחבר פון ספר דבר המלך. ער דערמאנט אים אסאך מיט גרויס יראת הכבוד אין זיין ספר. רבי ישראל נחמן ב"ר יוסף דראביטשער פון סטאניסלאב אין זיין ספר פקודות המלך. רבי מתתיהו נסים טירני אין זיינע ספרים שפת אמת,

זעט אויך

רעפערענצן

  1. זעט אין ספר מעגל טוב דף 56 ער שרייבט אז שנת תצ"ח איז ער געווען 14 יאר.
  2. בני יששכר ח"ב חודש תשרי דרוש י"ד
ספרי החיד"א

אדרת אליהו · אהבת דוד · בית מנוחה · ברית עולם · בתי הנפש · ברכי יוסף · גאולת עולם · דברים אחדים · דבש לפי · ועד לחכמים · זכרון משה · זרוע ימין · חדשים לבקרים · חומת אנ"ך · חורש מצ"ל · חיים שאל · חנוכת הבית לדוד · חסדי אבות · טוב עין · יוסף אומץ · יוסף בסדר · יוסף לחק · יוסף תהלות · יעיר אזן · ככר לאדן · כסא דוד · כסא רחמים · כף אחת · כרם חמר · לב דוד · לדוד אמת · מדבר קדמות · מורה באצבע · מחזיק ברכה · מעגל טוב · מראית העין · משמרת הטהרה · נחל אשכול · נחל קדומים · סנסן ליאיר · עבודת הקדש · פה אחד · פני דוד · פס ידא · פתח עינים · צוארי שלל · צפורן שמיר · קשר גודל · ראש דוד · שומר ישראל · שיורי ברכה · שירה חדשה · שם הגדולים · שמחת הרגל · שער יוסף · שפה אחת · תקון הנשמות