חשון

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


►► חשון ◄◄
יום טוב / שבתון חג שאיננו שבתון יום זכרון או תענית

חשון (מרחשון אין פולן נאמען) איז דער צווייטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער אכטער חודש ציילנדיג פון ניסן.

חודש חשון פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן אקטאבער-נאוועמבער אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, אינמיטן דער סעזאן פון הערבסט אין דעם צפון האלבקיילעך און פון פרילינג אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש אייר אין צפון האלבקיילעך).

אין דער לוח

אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז חשון רוב מאל א "חודש חסר" פון 29 טעג[א], און צומאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג[ב][1]. דער פאריגער חודש איז אלעמאל א חודש מלא; ראש חודש חשון באשטייט דעריבער פון צוויי טעג, ל' תשרי און א' חשון[1]. חודש חשון קען זיך אנהייבן אין א מאנטאג, מיטוואך, דאנערשטאג אדער שבת[2].

נאמען

אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש השמיני"[3]. דער חודש ווערט אויך גערופן אין פסוק "ירח בול"[3], א נאמען וואס מען טרעפט אויך אין כנענ'ישע אויפשריפטן[4]. עס באדייט "וועלקן", ווייל די בלעטער פאלן אראפ און די גראז אין פעלד ווערן פארוועלקט, אדער "שטיקער", ווייל די ערד ווערט צעברעקלט אויף שטיקער, אדער "געמיש", ווייל מען מישט אויס גראזן פאר די בהמות צו עסן פונדערהיים נאך וואס עס ענדיגן זיך די גראזן אויפן פעלד[5]. חז"ל דרש'ענען דעם נאמען אויף דער מבול, וואס האט זיך אנגעהויבן אין דעם חודש און א זכר דערפון איז נאך געבליבן ביז ווען דער בית המקדש איז אויפגעשטעלט געווארן[6]. פון די ראשונים איז פארהאן ווער עס טייטשט אז עס קומט פון זעלבן שורש ווי דאס ווארט מבול, אנדייטנדיג אויף די רעגנס וועלכע הייבן זיך אן אין דעם חודש[7].

דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "אראח-שׂאמנא" (אדער "וַרחֶשׁמָן") אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, וואס טייטשט דער אכטער חודש; די קאנסאנאנטן ו' און מ' זענען אפט געווארן אויפגעטוישט אין שפעטער-בבל'יש, ברענגענדיג צו "מרחשון"[8]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[9].

סימבאלן און אייגנשאפטן

דער מזל פון דעם חודש איז מזל עקרב[10], צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די זון אין דעם חודש[ג]. אין די ים המלח מגילות פון דער כת פון קומראן איז מזל קשת דער מזל פון חודש חשון.

לויט דער זוהר, איז חודש חשון קעגן שבט בנימין[12]. לויט אנדערע, איז עס קעגן שבט מנשה[13], אדער קעגן שבט נפתלי[14], אדער קעגן שבט אשר[15], אדער קעגן שבט שמעון[16].

חודש חשון איז קעגן דעם אות נ[10].

דער צירוף פון שם הוי"ה אין דעם חודש איז והה"י[17], וואס גייט ארויס פון פסוק וּדְבָשׁ הַיּוֹם הַזֶּה י'[18].

חודש חשון איז דער עיקר צייט פון "זרע" וואס ווערט דערמאנט אין פסוק[19] ”זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ”[20].


נאטיצן

  1. אין א "שנה חסרה" און אין א "שנה כסדרה", וועלכע באטרעפן צוזאמען ארום 55.1% פון אלע יארן.
  2. אין א "שנה שלמה", ארום 44.9% פון אלע יארן.
  3. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[11].

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה ו'
  2. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
  3. 3.0 3.1 מלכים א' ו, לח
  4. יצחק אבישור, כתובות פיניקיות והמקרא, א. רובינשטיין, 1979, עמ' 142
  5. תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
  6. מדרש תנחומא פרשת נח פיסקא י"א; ילקוט שמעוני, מלכים א, רמז קפ"ד
  7. רד"ק, מלכים א' ו, לח
  8. Muss-Arnolt, W., The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents, Journal of Biblical Literature Vol. 11, No. 2 (1892), pp. 160-176
  9. תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
  10. 10.0 10.1 ספר יצירה פרק ה' משנה י"ד
  11. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
  12. ספר הזוהר, חלק א, דף קע"ג, עמוד א'. אזוי שטייט אויך אין מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'; רסיסי לילה אות ל"ט; ויקח משה, נאך פרשת ויחי
  13. ילקוט שמעוני, שמות, רמז תי"ח;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי יוסף ג’יקטיליה, שערי אורה, סוף שער ה'; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר.
  14. קידוש ירחים לחודש מרחשון פון רבי פינחס ברבי יעקב הכהן; סידור בית יעקב להיעב"ץ, שער המים.

  15. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבושם, חלק א' עמוד 289
  16. יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'
  17. אר"י, פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'
  18. דברים כו, טו–טזִ
  19. בראשית ח, כב
  20. בבא מציעא קו, ב