מזרח-אייראפע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דיגיטאל געפארעמטע אייראפע מיט א בליק אויף מזרח

מזרח אייראפע איז א געאגראפישע ראיאן אינעם אייראפעאישער קאנטינענט. דער טערמין איז פילדייטיג און איר באדייט און גרעניצן ווערן דעפינירט דורך פארשידענע פאַקטאָרן, ווי געאגראפיע, עטניציטעט, קולטור און רעליגיע, געאפאליטיק און עקאנאמיע.

די געאגראפישע גרעניצן הייבן זיך אן אין מזרח אויפ'ן אייראפעאישער טייל פון רוסלאנד, מערב פון די אוראל און קאווקאז בערג. עס ציט זיך מערב צו די רוסישע מערב גרעניץ, און געווענליך ווערט אויך אריינגערעכנט די דערנעבנדע בעלארוס און אוקראינע. לויזערע הגדרות לייגן צו אויך אלע לענדער וואס האבן אויסגעמאכט דעם ווארשע פאקט אונטער'ן איינפלוס פון סאוויעט רוסלאנד. קולטורעל ווערט עס געווענליך דעפינירט אלס לענדער מיט דאמינירנדע עטנישע סלאוון, און ארטאדאקסישע קריסטן.

באדייטן

אייראפע איינגעטיילט אין ראיאנען לויט די CIA וועלט פאקטבוך
  מזרח אייראפע, אין איינקלאנג מיט די געוועזענע סאוויעטן פארבאנד גרעניצן דעפיניציע
  צפון אייראפע
  מערב אייראפע
  צענטראל אייראפע
  דרום-מערב אייראפע
  דרום אייראפע
  דרום-מזרח אייראפע
אייראפע איינגעטיילט אין ראיאנען לויט די פאראייניגטע פעלקער סטאטיסטיק דיוויזיע[1]
  מזרח אייראפע
  צפון אייראפע
  דרום אייראפע
  מערב אייראפע

דער טערמין "מזרח אייראפע" איז ערשינען ענדע פון די 18טער י"ה און אנהויב 19טער י"ה, צו באצייכענען א ראיאן פון לענדער וואס זענען צוריקגעבליבן טעכנאלאגיש און האבן נישט נאכגעיאגט די פארשריט פון מערב אייראפע ביים אינדוסטריעלע רעוואלוציע. אין מזרח איז פארבליבן די אלטע שטייגער רעגירונגען, געפירט דורך די עליטע וואס האבן פארקנעכטעט זייערע בירגער, אין דער צייט וואס אין מערב אייראפע איז דער סארט סיסטעם צוביסלעך אונטערגעגאנגען דורך ליבעראליזאציע.

מיט'ן ענדע פונעם צווייטע וועלט קריג זענען די לענדער, באפרייט פון די נאציס דורך די רויטע ארמיי, ארונטערגעפאלן אונטער די סאוויעטישע הערשאפט. פון 1945 ביז 1989, דורכאויס דער קאלטער קריג, האט דער אייזערנער פארהאנג צעטיילט מזרח פון מערב פאליטיש, עקאנאמיש און סאציאלאגיש. די אונטערשייד און צוריקגעבליבנקייט פון די מזרח לענדער האט נאך אנגעהאלטן פאר יארן נאכ'ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם, אבער צוביסלעך ווערט דער אונטערשייד קלענער. די און אנדערע טוישונגען דורכאויס די היסטאריע פון דעם ראיאן האבן איר געברענגט פארשידענארטיגע דעפיניציעס.

געאגראפיש

די מזרח גרעניצן זענען קלאר דעפינירט, און הייבט זיך אן מיט די גרעניצן פון אייראפע, ביי די אוראל בערג, אוראל טייך, און די קאווקאזן בערג. אלע שטחים מערב דערפון זענען אין מזרח אייראפע, אריינגערעכנט מערב חלקים פון קאזאכסטאן, כאטש וואס דאס לאנד איז איבערהויפט אין צענטראל אזיע. עס איז אבער נישטא א מיטל פונקט וואו מזרח און מערב אייראפע ווערן פונאנדערגעשיידט געאגראפיש, און די מערב גרעניצן ווערן דעפינירט דורך עטנישע, קולטורעלע און פאליטישע פאַקטאָרן.

די פאראייניגטע פעלקער סטאטיסטיק דיוויזיע דעזיגנירט די פאלגנדע לענדער אלס מזרח אייראפע: אונגארן, אוקראינע, בעלארוס, בולגאריע, טשעכיי, מאלדאווע, סלאוואקיע, פוילן, רומעניע, און מערב רוסלאנד. די אלע לענדער האלטן די מזרח אייראפעאישער זייגער, אויסער רוסלאנד און בעלארוס[1][2].

רעליגיעז

זינט די צעטיילונג פונעם קריסטליכן קירכע אום 1054 איז געווארן א ריס צווישן די לענדער אין מזרח אייראפע וואס האבן אנגעהערט צום מזרח ארטאדאקסישן קירכע וועלכע זענען געווען פאראייניגט מיט'ן רעליגיע, סלאווישע שפראכן און קירילישע שריפט, און די מערב לענדער, וואס האבן אנגעהערט צום קאטוילישן און שפעטער פראטעסטאנטישע קירכעס.

די צעטיילונג איז איין וועג צו דעפינירן די גרעניצן פון מזרח אייראפע, די מזרח ארטאדאקסיש דאמינירטע לענדער ווערן פאררעכנט אלס מזרח, אריינגערעכנט:

*גריכנלאנד ווערט אין מערסטנס פעלער נישט פאררעכנט אלס מזרח אייראפע טראץ איר גרויסע ארטאדאקסישע מערהייט, זייענדיג קולטורעל מער באאיינפלוסט פון דער מיטל מזרח, און וויבאלד פאליטיש איז עס נישט געווען קאמוניסטיש[3].

די קאטויליש און פראטעסטאנטיש דאמינירטע לענדער פון מערב און צענטראל אייראפע זענען אויסער די מזרח גרעניצן, און וועלן געהערן צו צענטראל אדער מערב אייראפע לויט דעם דעפיניציע, אריינגערעכנט די באלקאן לענדער, פוילן, טשעכיי סלאוואקיע און אונגארן.

געאפאליטיש

דורכאויס די קאלטע קריג, און אויך היינט נאך די צוזאמפאל פונעם אייזערנעם פארהאנג, ווערט דער טערמין "מזרח אייראפע" רעפערירט צו די קאמוניסטישע לענדער, אלס נאך א וועג צו באצייכענען די מזרח בלאק אדער ווארשע פאקט, און וועט אריינרעכענען די לענדער[4]:

די באלקאן לענדער (עסטלאנד, לעטלאנד און ליטא) ווערן היינט געווענליך פאררעכנט אלס טייל פון צפון אייראפע, צוליב געאגראפישע און קולטורעלע נאנטשאפט פון דעם ראיאן[5].

היינט וואס קאמוניזם איז שוין לאנג געפאלן, די אייראפעאישע פאראיין האט זיך אויסגעברייטערט, די עקאנאמיעס און לעבנס באדינגונגען פון די אמאל-ארעמערע "מזרח" לענדער דערנענטערן זיך צו מערב, און מערסטנס אמאליגע מזרח לענדער האבן היינט דעמאקראטישע רעגירונגען, איז ווייניגער מערקבאר פאליטישע און עקאנאמישע אורזאכן וואס זאל פונאנדערשיידן מזרח און מערב, און דערפאר איז היינט מער אנגענומען צו נוצן געאגראפישע און קולטורעלע דעפיניציעס[6].

היסטאריע

די ערשטע באקאנטע חילוקים צווישן מזרח און מערב אין אייראפע שטאמען פון די היסטאריע פון די רוימישע אימפעריע. די פראווינצן אויף מזרח האבן בעיקר גערעדט גריכיש, און פארמירט א אורבאניזירטע העלענישע ציוויליזאציע. אין קאנטראסט, האבן די טעריטאריעס אויף מערב בעיקר אדאפטירט לאטייניש. דער קולטורעלער און לינגוויסטישער טיילונג איז עווענטועל געווארן פארשטערקערט, מיט די פאליטישע מזרח-מערב טיילונג פון די אימפעריע. דער מערב-רוימישע אימפעריע איז געפאלן אין 5טער י"ה, פארשארפנדיג די חילוקים צווישן די ראיאנען ווען דער מזרח-רוימישע אימפעריע האט נאך אנגעהאלטן טויזנט יאר דערויף.

אין אנהייב פונעם מיטל אלטער, זענען פארגעקומען באדייטנדע מיגראציעס אינעם ראיאן, אריינגערעכנט די סלאווישע וואנדערונגען וועלכע האבן געברענגט צום אויפקום פון די סלאוויש-רעדנדע לענדער, ווי קיעווער רוס און די פריע פוילן. דער קיעווער רוס, אין היינטיגע אוקראינע און רוסלאנד, איז געווען א מאכטפולע לאנד וואס איז אויפגעקומען אין 9טער י"ה, און האט געשפילט א צענטראלע ראלע אין פארשפרייטן דעם קריסטנטום אין דעם ראיאן.

אין 13טער י"ה האט די מאנגאלישע אימפעריע, אונטער דזשינגיס כאן און זיינע נאכפאלגער, אינוואדירט און אקופירט גרויסע חלקים פון מזרח-אייראפע, אריינגערעכנט קיעווער רוס[7].

דורכאויס די "אסטזידלונג", ווען עטנישע דייטשן האבן זיך באזעצט אין מזרח, זענען אויפגעשטעלט געווארן שטעט מיט מאגדעבורגער רעכטן (העב'), וועלכע זענען געווארן צענטערן פון עקאנאמישע אנטוויקלונג[8]. די מאדערניזאציע פון באפעלקערונג און עקאנאמיע וועלכע האבן נאכגעפאלגט האבן ערמעגליכט די שטערקערע ראלעס געשפילט דורך הערשער פון פוילן, בעהמען און אונגארן[9].

אין 15טער י"ה איז די ביזאנטישע אימפעריע געפאלן צו די אטאמאנישע אימפעריע, וועלכע האט געהערשט איבער חלקים פון דרום-מזרח אייראפע פאר די קומענדיגע פאר הונדערט יאר, מיט אן איינפלוס אויף די קולטור און ארכיטעקטור פונעם ראיאן.

דורכאויס די שפעטע-16'טער און פריע-17'טער יארהונדערט, האט מזרח-אייראפע גענאסן פון א רעלאטיוו הויכע לעבן סטאנדארט. דער פעריאד ווערט גערופן די גאלדענע צייט פון מזרח-צענטראל אייראפע[10].

די האבסבורג דינאסטיע און די רוסישע אימפעריע האבן אויסגעשפרייט זייער איינפלוס איבער מזרח-אייראפע אין די 18'טער און 19טער י"ה, ברענגענדיג אפטע מלחמות און געטוישטע גרעניצן.

דער ראיאן איז שווער באטראפן געווארן דורכאויס דער 20סטער י"ה, ווען ביידע וועלט-מלחמות האבן זיך אויסגעשפילט מיט א באזונדערע ברוטאליטעט אויפן מזרח פראנט[11]. די פילע לענדער וועלכע זענען געווארן זעלבסטשטענדיג נאך די ערשטע וועלט-מלחמה, טייל פון זיי צום ערשטן מאל אין היסטאריע, זענען אבער געווען צו שוואך צו שטיין קעגן נאצי דייטשלאנד פון מערב און סאוויעט רוסלאנד פון מזרח, און זענען איינגענומען געווארן דורכאויס די צווייטע וועלט-מלחמה.

ביי די ענדע פון די צווייטע וועלט מלחמה איז דער אייזערנער פארהאנג געפאלן איבער מזרח-אייראפע, נאך וואס דער רויטער ארמיי האט איינגענומען רוב פונעם ראיאן. "באפרייטע" לענדער זענען געפאלן אונטער סאוויעטישע קאנטראל, און קאמוניסטישע רעגירונגען זענען געווארן ארויפגעצווינגען. דער מזרח-בלאק איז געווען ווייט הונטערשטעליג פון די מערב-אייראפע לענדער אין עקאנאמישע ווידעראויפבוי און פארשריט.

דער שפעטער 20סטער י"ה האט צוגעזען דעם צוזאמענפאל פון קאמוניסטישע רעזשימען דורכאויס מזרח-אייראפע, אריינגערעכנט דאס פאלן פונעם בערלינער וואנט אין 1989, שליסנדיג די קאלטע קריג. פילע לענדער אינעם ראיאן האבן צוריק פארדינט זייער זעלבסטשטענדיגקייט און דעמאקראטיע, און טייל פון זיי האבן זיך אנגעשלאסן אין די אייראפעאישער פאראיין און אין נאט"א, אנקניפנדיג עקאנאמישע און פאליטישע פארבינדונגען מיט מערב-אייראפע.

זעט אויך

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 "United Nations Statistics Division - Standard Country and Area Codes Classifications (M49)-Geographic Regions".
  2. "Regions of Europe: Eastern Europe". "Eastern Europe".
  3. Peter John, Local Governance in Western Europe, University of Manchester, 2001, ISBN 9780761956372
  4. Ramet, Sabrina P. (1998). Eastern Europe: politics, culture, and society since 1939. Indiana University Press. p. 15. ISBN 978-0253212566. "די באלקאנען".
  5. Division, United Nations Statistics. "UNSD — Methodology". unstats.un.org.
  6. ""Eastern Europe" Wrongly labelled" (7 January 2010).  Frank H. Aarebrot (14 May 2014). The handbook of political change in Eastern Europe. Edward Elgar Publishing. pp. 1–. ISBN 978-1-78195-429-4.
  7. Denis Sinor, "The Mongols in the West." Journal of Asian History 33.1 (1999): 1-44 online
  8. Martyn Rady, "The German Settlement in Central and Eastern Europe during the High Middle Ages." in The German Lands and Eastern Europe (Palgrave Macmillan, 1999) pp. 11-47
  9. Jan M. Pisorski (2008). "Medieval Colonization in East Central Europe". In Ingrao; Szabo (eds.). The Germans and the East. Purdue University Press. p. 31.
  10. Baten, Jörg (2016). A History of the Global Economy. From 1500 to the Present. Cambridge University Press. p. 46. ISBN 9781107507180.
  11. Timothy Snyder, Bloodlands: Europe Between Hitler and Stalin (2011)

קאַטעגאָריע:מזרח אייראפע קאַטעגאָריע:אייראפע מוסטער:קרד/ויקי/אנגלית