רוי:רבי נתן צבי פינקל (מיר)
רבי נתן צבי זאגנדיק א שיעור אין דער מירער ישיבה | |
געבורט | ה' אדר ב' ה'תש"ג |
---|---|
טויט | י"א מרחשון תשע"ב (אלט: 68) |
טעטיקייט ארט | ארץ ישראל |
באלאנג | ליטווישע |
אמטן | מירער ראש ישיבה |
הרב נתן צבי פינקל (ה' אדר ב' ה'תש"ג 12טן מערץ 1943 - י"א חשוון ה'תשע"ב 8טן נאוועמבער 2011) איז געווען ראש ישיבה פון דער מירער ישיבה אין ירושלים און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.
לעבנסגעשיכטע
ר' נתן צבי איז געבוירן געווארן ה' אדר שני תש"ג אין שיקאגא, אילינוי, צו זיין פאטער רב אליהו מאיר פינקל[1] און זיין ווייב שרה. מען האט אים געגעבן א נאמען נאך זיין עלטער זיידן, דער אלטער פון סלאבאדקע.
אין תשי"ח (בערך) איז ער געקומען קיין ירושלים לערנען אין דער מירער ישיבה. ער האט געהאט א חברותא מיט רבי זונדל קרויזער, מיט וועמען ער פלעג מסיים זיין ש"ס יעדע יאר.
ער האט חתונה געהאט מיט רחל לאה, א טאכטער פון זיין פאטערס שוועסטער־קינד הרב בנימין ביינוש פינקל, מירער ראש ישיבה, און זיין ווייב, מרת אסתר, א טאכטער פון הרב שמואל גריינימאן, דעם חזון איש'ס א שוואגער.
הרב פינקל איז נפטר געווארן פלוצלונג י"א חשוון ה'תשע"ב פארטאגס אין זיין הויז. די לוויה, אין וואס הונדערט טויזנט אידן האבן משתתף געווען, האט אנגעהויבן מיטאג ביי דער ישיבה. צווישן די מספידים זענען געווען הרב רבי יוסף שלום אלישיב און הרב אהרן יהודה לייב שטיינעמאן. אנדערע פירער פונעם חרדישן אידנטום וואס האבן מיטגעטיילט אין דער לוויה זענען געווען דער גערער רבי, דער בעלזער רב, הרב חיים שאול גריינימאן (רבי נתן צבי'ס פעטער) און הרב חיים פינחס שיינבערג. נאך צוויי שעה'ן פון הספדים איז מען ארויסגעגאנגן צופיס פון דער ישיבה ביז הר המנוחות.[2]
ראש ישיבה
נאך זיין שווערס פטירה אין ה'תש"נ (1990), האט מען באשטימט הרב נתן צבי פינקל ראש ישיבה. זיינע שוואגערס, די אנדערע איידעמעס פון רב ביינוש פינקל, הרב בנימין קארליבך והרב נחמן לייבאוויץ, דינען אלס ר"מים אין דער ישיבה.
הרב פינקל האט געליטן יארן לאנג פון אטראפיע פון די מוסקלען און פארקינסאן קרענק. ער האט אויפגעהערט נעמען מעדיצינען קעגן די סימפטאמען ווייל די מעדיצינען האבן אפגעשוואכט זיין זיכרון. טראץ זיין מחלה האט ער שטארקן אנטוויקלט די ישיבה און אירע אנשטאלטן ביז היינט איז די מירער ישיבה די גרעסטע אין ישראל און פון די צוויי גרעסטע ישיבות אין דער גארער וועלט. די ישיבה האט אויך געעפנט צווייגן אין רמת שלמה, ירושלים, אונטער הרב מנחם זאריצקי, און אין דעם בראכפעלד פערטל פון מודיעין עילית, אונטער זיין קרוב הרב אריה פינקל, פארוואלטעט דורך זיין זון שמריהו יוסף פינקל.
זיין סדר היום האט אנגעהויבן מיט דאווענען אין דעם הויפט בית מדרש פון דער ישיבה, אין בית ישראל. במשך דעם טאג פלעג ער פארהערן בחורים און האט זיי אויפגענומען פאר פערזענליכע שמועסן, ווי אויך פלעג ער לערנען קביעותן מיט תלמידים פון דער ישיבה. איין מאל א וואך האט ער געזאגט א שיעור כללי אין דער ישיבה אין ירושלים. צוויי מאל א וואך פלעג ער ארויספארן צום בראכפעלד קאמפוס פאר דעם פארמיטאג סדר און מנחה.
רב פינקל האט זיך פערזענליך אינטערעסירט אין אפקויפן שטח אויפצובויען די ישיבה, וואס פארשפרייט זיך אויף עטליכע געביידעס אין בית ישראל. ער האט אויך גענומען אויף זיך דעם יאך פון פינאנצירן די ישיבה, פאר וועלכן צווען פלעג ער פארן אלע יאר אין אויסלאנד.
משפחה
די זין פון רבי נתן צבי און מרת רחל לאה זענען:
- רבי אליעזר יהודה; איז געווען פאראנטווארטלעך אויף די חסידישע בחורים אין דער ישיבה, היינט איז ער ראש ישיבה.
- רבי אברהם ישעיהו, טעטיג אין מיר, ירושלים.
- רבי שמואל, טעטיג אין מיר, ירושלים.
- רבי יצחק (נפטר א' אדר תשע"ה)
- רבי שמריהו יוסף, מנהל פון דעם בראכפעלד צווייג
- רבי חיים תנחום, פאראנטווארטלעך אויף די חסידישע בחורים אין דער ישיבה ו"משיב" פון דעם בראכפעלד
רעפערענצן
- ↑ זון פון הרב אברהם שמואל פינקל, פון די גרינדער פון ישיבת היכל התלמוד אין תל אביב.
- ↑ לוויה פון רבי נתן צבי פינקל (לדעת.נט)
פריערדיגער: רבי בנימין ביינוש פינקל |
מירער ראש ישיבה תש"נ - תשע"ב |
נאָכפאלגער: אליעזר יהודה פינקל |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!