ברוך שאמר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טעקע:Baruch Sheamar prayer Koren Siddur.jpg
"ברוך שאמר" (נוסח אשכנז) מיט ענגלישע איבערזעצונג

ברוך שאמר איז א ברכה וואס ווערט געזאגט טעגליך ביי שחרית, אלס אן אריינפיר צו פסוקי דזמרה, און איז צוזאמגעשטעלט פון א סעריע לויבונגען פאר'ן אויבערשטן ווי א פיוט, און דערנאך א ברכה וואס שילדערט ווי זיינע ערליכע לויבן אים. ביים ענדע פון די פסוקי דזמרה ווערט געזאגט נאך א ברכה, ישתבח.

מקור

"ברוך שאמר" ווערט צום ערשט דערמאנט אין זוהר[1], אין אין תנא דבי אליהו[2], און ווערט אויך געברענגט בשם רב משה גאון (שנת ד'תקפ"ה בערך)[3]. דער פולער נוסח ווערט געברענגט דורך רב עמרם גאון[4]. לויט ווי געברענגט דורך טייל ראשונים, ווערט די ברכה שוין דערמאנט אין ספר היכלות[5]. דער רי"ף[6], נאכדעם וואס ער ברענגט דעם גמרא[7] וועגן "פסוקי דזמרה", לייגט ער צו אז די רבנן האבן מתקן געווען צו זאגן "ברוך שאמר" פאר דעם און "ישתבח" נאכדעם. די חוקרים (יום טוב ליפמאן צונץ, יצחק משה עלבאגן) שפעקולירן אז עס שטאמט פון דער תקופה פון די סבוראים. רבי חזקיה די סילוה[8] האט אנגענומען אז עס שטאמט פון די גאונים, און דעריבער וואונדערט ער זיך וויאזוי האבן זיי געקענט מתקן זיין א נייע ברכה נאך דער חתימת התלמוד[א].

אינעם ספר פון רבי נתן בן יצחק הבבלי ווערט דער ערשטער חלק פון "ברוך שאמר" געברענגט אלס א פיוט וואס מען האט געזינגען ווען מען האט ממנה געווען דעם ריש גלותא, ווען דער חזן האט פארגעזאגט, און דער קהל האט געענטפערט נאך יעדן שטיקל "ברוך הוא"[מקור פארלאנגט].

אין די ספרי קבלה ווערט געברענגט אז די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געווען די ברכה, לויט א צעטל וואס איז אראפגעפאלן פון הימל, וואס דארט איז געשטאנען דער שבח[9].

נוסחאות

ספרד'ישע סידור פאר שלש רגלים ווייזנדיג צוויי נוסחאות פאר ברוך שאמר.

אינעם נוסח ארץ ישראל האט מען בכלל נישט געזאגט די ברכה, נאר בעפאר די פסוקי דזמרה (וואס זיי האבן געזאגט אויף אן אנדערן סדר) האבן זיי געזאגט אן אנדערן ברכה, וועלכע זיי האבן אויך געזאגט אין אנדערע געלעגנהייטן פאר'ן זאגן קאפיטלעך פון תהלים, ווי בעפאר מעריב פון שבת און יום טוב[ב]. אין א שפעטערע תקופה זענען אריינגעקומען מנהגים פון בבל אינעם נוסח פון ארץ ישראל, און מען האט אנגעהויבן זאגן, אין צוגאב צום סדר פון ארץ-ישראל אדער אנשטאט דעם, די פסוקי דזמרה פון בבל, מיט ברוך שאמר בעפאר זיי[10].

אין די סידורים פון די גאונים[11] ווי אויך אינעם נוסח פון רמב"ם און אין תכלאל, זענען פארהאן פארשידענע ווערסיעס פון ברוך שאמר, טייל פון זיי לענגערע. אזוי האט מען זיך אמאל געפירט ביי די ספרדים און אין נוסח פרס, וואו מען האט למשל צוגעלייגט: ”ברוך מעביר אפילה ומביא אורה, ברוך אל חי לעד וקיים לנצח, ברוך שאין לפניו עולה ולא שכחה [לא כזב ולא מרמה[12]] ולא משוא פנים ולא מקח שוחד, צדיק הוא בכל דרכיו, ברוך הוא וברוך שמו; ברוך זכרו לעולמי עד”[13]. דער מנהג איז נאך געבליבן אין די ספרד'ישע קהילות פון מערב-אייראפע, און אין טייל פון די קהילות אין מאראקא האט מען געזאגט דעם לענגערן נוסח אום שבת[14]. אין איין כתב יד פון די ראָמאַניאָטן איז דא אן אנדערן נוסח, גאר לאנג, געבויט לויט'ן סדר פונעם גאנצן אלף בית, און נאך יעדן אות האט מען געזאגט: 'ברוך הוא וברוך שמו'.[מקור פארלאנגט]

דערקעגן, אין די נוסחאות פון אשכנז, צרפת, איטאליע, און רוב נוסחאות פון נוסח רומניא איז דער נוסח פיל קורצער[13]. לויט מקורות אין קבלה[15] זענען פארהאן אין דעם ברכה 87 ווערטער, און דער סימן דערצו איז: "ראשׁוֹ כֶּתֶם פָּ"ז[16]". במשך די דורות, צווישן אנדערן דורך די השפעה פון אר"י, זענען די מערסטע טייל פון ספרדים אריבערגעגאנגען צום קורצערן נוסח[17].

הוספות

האדרת והאמונה

אין סידור הרוקח[18] שטייט אז ברוך שאמר איז נתקן געווארן קעגן "האדרת והאמונה", ווייל אזוי שטייט אין ספר רקמה פון די שריפט פון מלאכים, אז 'האדרת והאמונה' איז זייער שיר. אין סידור רבי הירץ ווערט געברענגט אז 'האדרת והאמונה' האט אויך 87 ווערטער, ווי אין ברוך שאמר און ווי די אותיות אין ברכת כהנים; ער פירט אבער אויס אז ער קען נישט מכוון זיין דעם חשבון[19].

אין פרי עץ חיים[20] שטייט אז יעדן שבת זאל מען זאגן דעם פיוט האדרת והאמונה אלס א הכנה פאר ברוך שאמר, און אזוי איז דער מנהג ביי חסידים אין יעדן שבת און יום טוב.

הריני מזמן את פי

אין סידורים איז געדרוקט צו זאגן בעפאר ברוך שאמר: "הריני מזמן את פי להודות ולהלל ולשבח את בוראי, לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה על ידי ההוא טמיר ונעלם בשם כל ישראל".

שבת און יום טוב

אין די ישיבות פון ארץ ישראל אין דער תקופה פון די גאונים האט מען געזאגט דעם אנפאנג פון "ברוך שאמר" נאר אום שבת און יום טוב, און אין די וואכן טעג האט מען אנגעהויבן מיט די ברכה זעלבסט (ברוך אתה ה' וכו'). אזוי שטייט אויך אין סידור רב סעדיה גאון. אין סדר רב עמרם גאון שטייט אז שבת לייגט מען צו: ”ברוך אשר נתן מנוחה לעמו ישראל”, און יום טוב: ”ברוך אשר נתן מועדי שמחה וחגי נדבה לעמו ישראל”.

אינעם אמאליגן נוסח פון די ספרדים לייגט מען צו אום שבת: ”ברוך המנחיל מנוחה לעמו ישראל ביום שבת קודש”, און אין יום טוב: ”ברוך שנתן לעמו ישראל את יום חג [פלוני] הזה, את יום טוב מקרא קודש הזה”.
רבי יוסף בן אבִיתוּר האט פארפאסט פיוטים צו זאגן ביים אנפאנג פון "ברוך שאמר" אויף ספעציעלע טעג. למשל, אויף פסח: "ברוך אשר א-ל עליון נקרא, יושב על שבעה רקיעים וסובלם כו'", אויף יום כיפור: "ברוך אשר אִשש דוק וחוג בעשרה מאמרות וכיללם", וואס זעצט פאר דערנאך מיט א לאנגע פיוט וועגן די עשרה מאמרות[21].

נוסח ספרד

בָּרוּךְ שֶׁאָמַר וְהָיָה הָעוֹלָם. בָּרוּךְ הוּא.

„געבענטשט איז דער וואס האט געזאגט און עס איז געווארן דער וועלט. געבענטשט איז ער.“

בָּרוּךְ אוֹמֵר וְעֹשֶׂה[22]. בָּרוּךְ גּוֹזֵר וּמְקַיֵּם. בָּרוּךְ עֹשֶׂה בְרֵאשִׁית. בָּרוּךְ מְרַחֵם עַל הָאָרֶץ[23].

„געבענטשט איז דער וואס זאגט און טוט. געבענטשט איז דער וואס פארשפּרעכט און האלט איין. געבענטשט איז דער וואס מאכט די ווערק פון בראשית. געבענטשט איז דער וואס וואס דערבארעמט זיך אויף די ערד.“

בָּרוּךְ מְרַחֵם עַל הַבְּרִיּוֹת. בָּרוּךְ מְשַׁלֵּם שָׂכָר טוֹב לִירֵאָיו. בָּרוּךְ חַי לָעַד וְקַיָּם לָנֶצַח. בָּרוּךְ פּוֹדֶה וּמַצִּיל. בָּרוּךְ שְׁמוֹ.

„געבענטשט איז דער וואס דערבארעמט זיך אויף די באשעפענישן. געבענטשט איז דער וואס באצאלט א גוטע לוין פאר די וואס פארכטן אים. געבענטשט איז דער וואס לעבט אויף אייביג און עקזיסטירט אויף שטענדיג. געבענטשט איז דער וואס טוט אויסלייזן און רעטן. געבענטשט איז זיין נאמען.“

בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם. הָאֵ-ל אָב[24] הָרַחֲמָן הַמְהֻלָּל בְּפֶה[25] עַמּו. מְשֻׁבָּח וּמְפֹאָר בִּלְשׁוֹן חֲסִידָיו וַעֲבָדָיו.

„געבענטשט ביזטו ה' אונזער גאט דער קעניג פון דער וועלט. דער שטארקער גאט. דער דערבארעמדיגער פאטער. וואס איז געלויבט אין מויל פון זיין פאלק. ער איז גערימט און באשיינט אין די שפראך פון זיינע ערליכע און זיינע קנעכט.“

וּבְשִׁירֵי דָוִד עַבְדֶּךָ[ג] נְהַלֶּלְךָ ה' אֱלֹקֵינוּ בִּשְׁבָחוֹת וּבִזְמִירוֹת. וּנְגַדֶּלְךָ[26] וּנְשַׁבֵּחֲךָ וּנְפָאֶרְךָ וְנַמְלִיכְךָ וְנַזְכִּיר שִׁמְךָ[27] מַלְכֵּנוּ אֱלֹקֵינוּ. יָחִיד חֵי[28] הָעוֹלָמִים. מֶלֶךְ מְשֻׁבָּח וּמְפֹאָר עֲדֵי עַד שְׁמוֹ הַגָּדוֹל: בָּרוּךְ אַתָּה ה' מֶלֶךְ מְהֻלָּל בַּתִּשְׁבָּחוֹת[29].

„און מיט די געזאנגען פון דוד דיין קנעכט וועלן מיר דיך לויבן, ה' אונזער גאט, מיט רום און געזאנג, און מיר וועלן דיך גרויסן, און מיר וועלן דיך רימען, און מיר וועלן דיך באשיינען, און מיר וועלן דיך קרוינען, און מיר וועלן דערמאנען דיין נאמען, אונזער קעניג אונזער גאט, דער איינציגער, וואס געבט לעבן פאר אלע וועלטן. דער קעניג וואס איז בארימט און באשיינט ביז אייביג זיין גרויסן נאמען. געבענטשט ביזטו ה', דער קעניג וואס איז געלויבט מיט רום.“

מנהגים און הלכות

רבי אברהם זכות שרייבט אז אינעם ערשטן שבת ווען מען האט ממנה געווען א ריש גלותא אין בבל האט דער חזן געזינגען "ברוך שאמר והיה העולם", און די בחורים האבן געענטפערט "ברוך הוא"; דער חזן האט געזאגט "ברוך עושה בראשית" און די בחורים האבן געענטפערט "ברוך הוא", און אזוי אויף יעדע שטיקל וואס פאנגט זיך אן "ברוך" האט מען געענטפערט "ברוך הוא"[30]. רבי שלמה אבן ווירגא ברענגט צו דעם סדר פון זאגן "ברוך שאמר" לכבוד דעם ריש גלותא אויף אן אנדערן אופן: דער חזן האט אנגעהויבן "ברוך שאמר", און די ראשי הישיבות האבן געענטפערט "ברוך אומר ועושה", דערנאך האט דער חזן געזאגט "ברוך גוזר ומקיים", און זיי האבן געענטפערט "ברוך עושה בראשית", און אזוי ווייטער[31]. דער סדר איז נאר געווען ווען מען האט עס געזינגען לכבוד דער ריש גלותא. אבער ביים דאווענען האט מען עס נישט געזינגען ווי א פזמון, נאר יעדער האט געזאגט דער גאנצער נוסח, אויך די ווערטער "ברוך הוא", וועלכע זענען א חלק פונעם גוף הברכה[32].

דער רי"ף[6] שרייבט אז מ'טאר נישט אויסרעדן פון אנהויב ברוך שאמר ביז נאך די "שמונה עשרה"[ד].

דער טור שרייבט אז מען דארף זאגן ברוך שאמר מיט א ניגון און א זיסקייט[33].

מען פירט זיך עס צו זאגן שטייענדיג[34] און מען זאל אנכאפן די צוויי פאדערשטע ציצית[35]. ווען מען ענדיגט ברוך שאמר גיבט מען א קיש די ציצית[36].

אין די יעקישע קהילות איז דער מנהג אז דער חזן זאגט דעם גאנצן תפלה פון ברוך שאמר הויך[37], נישט ווי דעם גאנצן דאווענען וואס ער זאגט הויך נאר די אנפאנג און סוף פון יעדן שטיקל.

לויט נוסח אשכנז זאגט מען ברוך שאמר בעפאר "הודו", און לויט נוסח ספרד נאך הודו[ה].

ענטפערן אמן

לגבי ענטפערן אמן אינמיטן "ברוך שאמר":

  • אויב מען האלט אינמיטן דעם ערשטן שטיקל בעפאר "ברוך אתה ה'", איז כאילו מען האט נאכנישט אנגעהויבן דער ברכה, און מען מעג ענטפערן אמן אויף אלע ברכות.
  • אויב מען האלט נאך "ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם", מעג מען ענטפערן אמן אויף אלע ברכות, אבער אויפ'ן ברכה פון "ברוך שאמר" זעלבסט זאל מען נישט ענטפערן אמן אויב מען האט עס געהערט פון א צווייטן וואס האט געענדיגט דער ברכה. ענליך צו דעם איז דער דין לגבי איינער וואס האלט אינמיטן ישתבח. דער טעם פארוואס די ברכות זענען אנדערש פון אנדערע ברכות איז ווייל זיי ווערן נישט דערמאנט אין גמרא.
  • נאך דעם צווייטן "ברוך אתה ה'", בעפאר מען האט געענדיגט "מלך מהולל בתשבחות", טאר מען נישט מפסיק זיין צו ענטפערן אמן אויף קיין שום ברכה[38].

אויב מען האט געענדיגט "ברוך שאמר" בעפאר דער שליח ציבור האט געענדיגט, ענטפערט מען אמן נאך דער ברכה פונ'ם שליח ציבור[39].

ברוך הוא וברוך שמו

אין ברוך שאמר געפינען זיך די אויסדרוקן "ברוך הוא" און "ברוך שמו". לויט איין דעה, זענען די אויסדרוקן אריגינעל געווען געאייגנט פאר דער קהל אלס אן ענטפער פאר די שבחים וואס דער חזן האט געזאגט. דער מנהג איז שפעטער בטל געווארן, אבער עס איז געבליבן ביים מנהג פון ענטפערן "ברוך הוא וברוך שמו" ווען מען דערמאנט דעם שם ה' ביי די ברכות[40].

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

  • אָודיאָו דער ברכה ברוך שאמר, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל

נאטיצן

  1. אויף אנדערע ברכות (ווי צום ביישפיל די ברכות פון המקדש שמו ברבים, ברוך ה' לעולם, און אשר צג אגוז), געפינען מיר א התנגדות אין פוסקים, צוליב דעם וואס די ברכות ווערן נישט דערמאנט אין ש"ס. אבער די ברכה פון "ברוך שאמר" איז געווארן אנגענומען ביי אלעמען אן א חולק, אזוי ווי די ברכה פון הנותן ליעף כח.
  2. דער נוסח פון די ברכה: ”בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם, אֲשֶׁר בָּחַר בְּדָוִיד עַבְדּוֹ, וְרָצָה בְשִׁירֵי קָדְשׁוֹ, לְפָאֲרוֹ לְהַלְּלוֹ לְרוֹמְמוֹ לְתָקְפּוֹ עַל כָּל גְּבוּרוֹתָיו. בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹקֵי דָוִד, מַצְמִיחַ יְשׁוּעָה שְׁלֵימָה וקְרוֹבָה לְעַמּוֹ יִשְׂרָאֵל, וּבוֹנֵה יְרוּשָׁלָיִם”.
  3. לויט דעם אריגינעלן מנהג פון פסוקי דזמרה, האט מען נאר געזאגט פסוקים פון דוד המלך, און דעריבער ווערט אין דער ברכה באצייכנט דווקא די שירה פון דוד. (דער רמב"ם דערמאנט דעם מנהג צו זאגן "אז ישיר", אבער הערשט נאך די ברכה פון "ישתבח", וויבאלד עס איז נישט פון די שירות פון דוד). לויט דעם שפעטערן מנהג האט מען אויך אריינגעלייגט אין פסוקי דזמרה דעם שירת הים, אבער די ברכה איז געבליבן מיט איר אריגינעלן נוסח. דער שבח פון נשמת האט מען אויך מתקן געווען צו זאגן שבת און יום טוב אלס א סיום צו די שירות פון דוד.
    טייל זאגן אז די ווערטער "ובשירי דוד עבדך" גייען אויף ארויף: "ער איז גערימט און באשיינט אין די שפראך פון זיינע ערליכע און זיינע קנעכט און אין די געזאנגען פון דוד דיין קנעכט." דערנאך הייבט זיך אן א נייע זאץ: "מיר וועלן דיך לויבן" וכו' (סידור "מעדני אשר" אין נאמען פון סידור הרב און דער גר"א). לויט אנדערע גייען די ווערטער אויף אראפ (זעט סידור "מעדני אשר").
  4. פונעם רבי'ן רבי אלימלך פון ליזענסק ווערט געברענגט אז וויבאלד לויט נוסח אשכנז זאגט מען "הודו" נאך ברוך שאמר, דעריבער האט ער מקפיד געווען נישט אויסרעדן פון הודו (טראצדעם וואס ער האט זיך געפירט ווי נוסח ספרד און ער האט נאך למעשה געהאלטן בעפאר ברוך שאמר). איינמאל האט דער חוזה פון לובלין געזען ווי זיין רבי, רבי אלימלך, איז זייער טרויעריג, און זיין רבי האט אים ערקלערט אז דאס איז צוליב דעם וואס וועגן פיקוח נפש (כדי צו מתפלל זיין פאר א מקשה לילד) האט ער געמוזט אויסרעדן נאכדעם וואס ער האט שוין אנגעהויבן הודו (כאטש ער האט נאך געהאלטן בעפאר ברוך שאמר), און צוליב דעם איז ער אזוי בצער, און הלוואי וועט מען מקבל זיין זיין תשובה (נפתלי אלימלך ווייס, ילקוט עובדות וסיפורים (ברוקלין, ה'תש"ס), זייט נ-נא, אין נאמען פון אהל אלימלך אות רצ"ד).
  5. אין ספר בעל שם טוב על התורה (פרשת נח אות קמ"ב) ווערט געברענגט א טעם פארוואס מען פירט זיך צו זאגן הודו בעפאר די פסוקי דזמרה און נישט אינמיטן, אבער אין די הגהות דארט (מקור מים חיים אות קל"ט) ווערט געברענגט אז אין סידור פון בעל שם טוב איז געשטאנען ברוך שאמר בעפאר הודו (אזוי ווי מנהג אשכנז).

רעפערענצן

  1. ספר הזוהר, חלק ב, דף רט"ו, עמוד ב'

  2. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    תנא דבי אליהו, אליהו זוטא, פרק ד'
  3. געברענגט אין ספר הערוך ערך תפל ג', און פון דארט אין הגהות מיימוניות אויפ'ן רמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק ז, הלכה יב.
  4. סדר רב עמרם גאון, סדר פסוקי דזמרה: "וכשנכנסין ישראל בבתי כנסיות שלהן בעירות להתפלל עומד חזן הכנסת ופותח: ברוך שאמר..."
  5. זעט: טור, אורח חיים, סימן נ"א, און
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי יצחק אבוהב, מנורת המאור, סי' צ"ג, וועלכע ברענגען פון דארט אז אין ברוך שאמר זענען פארהאן 87 ווערטער. אין די געדרוקטע ספרי היכלות איז דאס נישטא.
  6. 6.0 6.1 רי"ף מסכת ברכות דף כ"ג פון די דפים פונעם רי"ף (ווילנער דרוק). זעט אויך רבינו יונה דארט (ד"ה ותקינו רבנן) אין נאמען פון רב עמרם גאון.
  7. שבת קיח, ב

  8. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    פרי חדש, סימן נא סעיף א.
  9. טור, אורח חיים, סימן נ"א און
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי יצחק אבוהב, מנורת המאור, סי' צ"ג אין נאמען פון ספר היכלות; אור זרוע פון רבי דוד בן יהודה החסיד אן אייניקל פון רמב"ן (נישט פארטוישן מיט'ן באקאנטן אור זרוע), הוצאת אורים, זייט 124, געברענגט אין תולעת יעקב פון רבי מאיר אבן גבאי און פון דארט אין טורי זהב, אורח חיים, סימן נ"א, ס"ק א'.
  10. שרה חבשוש, השפעת נוסח אשכנז על נוסח ספרד בברכת ברוך שאמר, בר אילן אוניווערסיטעט תשע"ג, זייטן 2–3, און זייטן 9–10, ספריית אסיף.
  11. למשל סדר רב עמרם גאון, זעט
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    קובץ תורני, זכור לאברהם, חולון תשס"ד
  12. נוסח תימן און רמב"ם.
  13. 13.0 13.1 חבשוש, השפעת נוסח אשכנז על נוסח ספרד בברכת ברוך שאמר, זייטן 3–5, און זייטן 10–19.
  14. סידור "אבותינו", ירושלים תשע"ד, עמוד 444
  15. ספר היכלות, לויט ווי געברענגט דורך טור, אורח חיים, סימן נ"א, און
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי יצחק אבוהב, מנורת המאור, סי' צ"ג;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    פירושי סידור התפילה לרוקח, זייט מו
  16. שיר השירים ה, יא
  17. חבשוש, השפעת נוסח אשכנז על נוסח ספרד בברכת ברוך שאמר, זייטן 68–69.

  18. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    פירושי סידור התפילה לרוקח, זייט מו

  19. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    סידור ר' הירץ, ביי די תפילות פון יום כיפור
  20. שער הזמירות פ"ד
  21. זעט "מאגרים" - מפעל המילון ההיסטורי
  22. לויט נוסח אשכנז איז דער סדר: "ברוך עושה בראשית, ברוך אומר ועושה, ברוך גוזר ומקיים, ברוך מרחם על הארץ".
  23. טייל זאגן אז דער גר"א האט נישט גורס געווען די ווערטער "ברוך מרחם על הבריות", אבער אנדערע זאגן אז דאס איז נישט מוכרח (זעט די סידורים "אזור אליהו" און "מעדני אשר").
  24. טייל בעלי מדקדקים האבן געטוישט דעם ווארט פאר "האב" (מיט ה' הידיעה). דער מקור פון דעם שינוי נעמט זיך פונ'ם משכיל'ישער בעל מדקדק יצחק סאטאנאוו אין זיין סידור "ויעתר יצחק" (לויט סידור "אזור אליהו").
  25. דער נוסח ("בפֶה", מיט א סגול) ווערט אראפגעברענגט אין מגן אברהם, אורח חיים, סימן נ"א ס"ק א' אין נאמען פון "כוונות" פונעם אריז"ל, און אזוי ווערט אויך געברענגט אין משנה ברורה, דארט. אנדערע זאגן אז לויט דעם דקדוק דארף מען זאגן "בפִי" מיט א חיריק (סידור "מעדני אשר" אין נאמען פון גר"א און רבי וואלף היידנהיים).
  26. טייל סידורים נוסח אשכנז זענען גורס "נגדלך" אן א ו' (למשל, סידור "מעדני אשר"), אבער אנדערע זענען גורס מיט א ו' (זעט סידור "אזור אליהו").
  27. אין טייל סידורים נוסח אשכנז איז דער סדר: "ונזכיר שמך ונמליכך מלכנו וכו'". און אזוי איז דער נוסח פונעם גר"א (זעט סידור "אזור אליהו").
  28. דער גר"א און רבי חיים אלעזר שפירא זענען גורס "חי" מיט א צירי אונטערן ח', אבער אין די אלטע סידורים איז דער ח' געווען מיט א פתח (זעט סידור "אזור אליהו" און דרכי חיים ושלום סי' קל"ג)
  29. "בתשבחות" זאגט מען מיט א חיריק אונטערן ת' (מגן אברהם, אורח חיים, סימן נ"א ס"ק א' אין נאמען פון "כוונות" פונעם אריז"ל; משנה ברורה, דארט; און אזוי האט רבי שבתי סופר פארראכטן אין זיין סידור (צווישן די יארן ה'שע"ד–ה'שע"ח). אין די אלטע סידורים פון בעפאר רבי שבתי סופר איז געשטאנען מיט א שורק אונטערן ת' (לויט סידור "אזור אליהו").

  30. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    ספר יוחסין

  31. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שבט יהודה

  32. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    ר' זעליגמאן בער, סדר עבודת ישראל, זייט 58. זעט אויך כלבו סימן ד'
  33. טור, אורח חיים, סימן נ"א
  34. רמ"א, אורח חיים, סימן נ"א, סעיף ז'
  35. מגן אברהם, אורח חיים, סימן נ"א ס"ק א' אין נאמען פון "כוונות" פונעם אריז"ל
  36. סידור "עבודת השם" אין נאמען פון אור צדיקים עמוד התפלה סימן ט"ז ס"ג.
  37. מדריך למנהג אשכנז המובהק, בני ברק תשע"ד, זייט 23.
  38. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן נ"א, סעיף ב' און משנה ברורה דארט.
  39. טור, אורח חיים, סימן נ"א; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן נ"א, סעיף ה'.
  40. דוד הכהן רפאפורט, "רעיון עודות נוסחת תפלת ברוך שאמר", ישורון 3 זייטן 72–73, געדרוקט 1857.