רבי בצלאל יאיר דאנציגער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי בצלאל יאיר דאנציגער
געבורט 1865
כ"ה אדר ה'תרכ"ה
טורטשין, וואהלין (היינט אין אוקראינע)
פטירה כ"ה אדר ה'תרצ"ד (אלט: 69 בערך)
מקום קבורה אלעקסאנדער, פוילן
מדינה פוילן
וואוין אָרט לאדזש
חותנים רבי צבי הירש טהיבערג
חתנים רבי יהודה משה דאנציגער

רבי בצלאל יאיר דאנציגער (כ"ה אדר ה'תרכ"ה - כ"ה אדר ה'תרצ"ד) איז געווען א זון פון רבי יחיאל דאנציגער דער אלטער רבי פון אלכסנדר, און א ברודער פון רבי ירחמיאל ישראל יצחק דאנציגער און רבי שמואל צבי דאנציגער די אדמורי"ם פון אלכסנדר. ער האט געפירט טייל פון די חסידי אלכסנדר אין לאדזש.

לעבנסגעשיכטע

רבי בצלאל יאיר איז געבוירן אין דער שטעטל טורטשין אין וואהלין (היינט אוקראינע) צו רבי יחיאל דאנציגער, דער ערשטער אדמו"ר פון אלכסנדר. זיין זיידע איז געווען רבי שרגא פייוול פון גריצא, פון די גרויסע תלמידים פון רבי ישראל יצחק קאליש, "דער אלטער ווארקער רבי". זיין פאטער איז געווען דער ממלא מקום פון רבי דוב בעריש פון ביאלע, וועלכער איז געווען דער ממלא מקום פון רבי מרדכי מנחם מענדל קאליש, "דער אינגער ווארקער רבי". רבי בצלאל יאיר האט חתונה געהאט מיט די טאכטער ​​פון דער בארימטער אלכסנדר חסיד רבי צבי הירש טהיבערג פון פלאוונע, באקאנט אלס רבי הערשל פלאוונער. נאך די פטירה פון זיין פאטער האבן טייל חסידים אים געוואלט אויפנעמען אלס אדמו"ר, אבער ער האט זיך אפגעזאגט און האט זיך שטארק אנגעבינדן אין זיין עלטערער ברודער דער ישמח ישראל.

נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז ער געבליבן וואוינען אין לאדזש און דארט האט ער אנגעפירט מיט'ן "גרויסער שטיבל" ווי ער פלעגט איבערזאגן די תורות וואס ער האט געהערט פון זיין ברודער דער ישמח ישראל.

ער איז באערדיגט געווארן אין די אוהל פון די אלכסנדר רבי'ס אין שטאט אלעקסאנדער.

נאך די צווייטן וועלט מלחמה, אין וועלכן זיין פּלומעניק (זון פון זיין ברודער דער תפאת שמואל) דער עקידת יצחק וועלכער איז געווען דער פערדער רבי אין די אלכסנדר דינאסטיע, איז אומגעקומען האבן די חסידים די שארית הפליטה אויפגענומען זיין איידעם רבי יהודה משה דאנציגער דער אמונת משה צו איבערנעמען די הנהגה.

קינדער

  • זיין איידעם, דער אמונת משה דער פינפטער אלכסנדר רבי.
  • זיין זון, רבי אברהם יהדה'לע דאנציגער, וועלכע האט איבערגענומען זיין ארט נאך זיין פטירה.
  • זיין זון, רבי יחיאל
  • זיין איידעם, רבי מרדכי מנחם קאליש פון ווארקא (אייניקל פון רבי שמחה בונים קאליש).
  • זיין איידעם, רבי יצחק חיים דוד הלוי דעמבינסקי, זון פון זיין פלומעניק רבי פייוול שלום, אדמו"ר אין שטאט מאקאוו.
  • זיין איידעם, רבי ישראל אלימלך פרומער פון ראדום.