רוי:רבי מנחם נחום טווערסקי (בני ברק)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי מנחם נחום טווערסקי
געבורט כ"ב שבט תש"ב
ירושלים
טעטיגקייט אָרט בני ברק, ישראל
דינאסטיע טשערנאבל
קינדער מלכה ראטטענבערג
בת שבע טווערסקי
ביילא היילפרין
בריינא פריידא טווערסקי
מרדכי טווערסקי
אהרן טווערסקי
דוד טווערסקי
אברהם זרח אריה יהודה לייבוש טווערסקי
רעכיל דבורה ראטטענבערג
אסתר מינדל טווערסקי.
9'טער טשערנאבל'ער רבי
ה'תשמ"ח -

רבי מנחם נחום טווערסקי (געב' כ"ב שבט ה'תש"ב) איז דער טשערנאבילער רבי אין בני ברק, מיט עטליכעע הונדערטער חסידים אין ארץ ישראל און איבער דער וועלט.

יונגע יארן

רבי מנחם נחום איז געבוירן געווארן כ"ב שבט ה'תש"ב אין ירושלים צו זיין פאטער רבי משולם זוסיא טווערסקי, טשערנאבילער רבי און זיין מוטער מרת בלומא טויבא,[1] א טאכטער פון רבי יעקב מרדכי בראנדוויין, דער סטרעטינער רבי אין ירושלים. ער האט געלערנט אין דער בעלזער ישיבה. אין זיינע יונגע יארן פלעגט ער גיין צו די טישן פונעם בעלזער רב, רבי אהרן רוקח.

י"ח אלול ה'תשכ"א, האט ער חתונה געהאט מיט מרת נחמה מרים, א טאכטער פון גאב"ד ראדאמישלא הרב אלחנן היילפרין זצ"ל, דער געוועזענער זקן הרבנים פון גאלדערס גרין, לאנדאן, און נשיא הכבוד פונעם לאנדאנער התאחדות קהלות החרדים.

נאך זיין חתונה פלעגט ער לערנען אין דעם בעלזער כולל פאר אומגעפער פינף און צוואנציג יאר, און דערנאך, האט זיין פאטער באשטימט אים צו ווערן ראש כולל אין טשערנאביל.

רביסטעווע

ווען זיין פאטער רבי משולם זוסיא איז נפטר געווארן י"ז מרחשון ה'תשמ"ח, האט ער איבערגעלאזט א צוואה אז אלע זיינע זין זאלן פירן רעביסטעוועס. דער רחמיסטריווקער רבי, האדמו"ר רבי ישראל מרדכי האט באקרוינט רבי מנחם נחום צו ווערן א רבי.

ר' מנחם נחום האט געעפנט א ישיבה קטנה און א ישיבה גדולה אין בני ברק, און זיי ווערן גערעכנט פון די בעסטע חסידישע ישיבות אין ישראל.[מקור פארלאנגט]

אין זיינע יארן האט מען געעפנט טשערנאבלער שטיבלעך אין ירושלים, בית שמש און אלעד אין ארץ ישראל, און אין לאנדאן און מאנטשעסטער אין ענגלאנד. זיין ברודער, רבי ישעיה טווערסקי, פירט א טשערנאבלער הויף אין בארא פארק, ניו יארק. שפעטער האט זיין ברודער רבי אברהם יהושע העשיל אנגעהויבן פירן אין אשדוד.

רבי מנחם נחום האט באשטימט זיין ברודער רבי יעקב מרדכי אלס רבי פון די טשערנאבלער חסידים אין אלעד. ער האט אנגעמוטיקט זיין ברודער רבי חיים יצחק צו עפענען א שטיבל אין 21סטער עוועניו אין בארא פארק (היינט הייסט עס דער לאיעווער בית מדרש), און דער רבי שיקט דארטן זיינע חסידים.

דער גערער רבי, הרה"ק רבי פנחס מנחם אלטער (דער "פני מנחם") זצ"ל האט אויף אים מעיד געווען אז ער קען פועל'ן ישועות.[2]

דער רבי מישט זיך נישט אריין אין קיין פאליטיק און נעמט נישט סיי וועלכע זייט אין קיין שום מחלוקות.

משפחה

רבי מנחם נחום האט געהייראט מרת נחמה מרים היילפרין פון לאנדאן. זייערע קינדער:

רעפערענצן

  1. נפטר געווארן כ' סיון ה'תשע"ב
  2. הצופה.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!