רוי:בענדין

פון המכלול
ווערסיע פון 16:00, 19 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אידישער?" ב־"אידישער")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
בענדין
Będzin
POL Będzin flag.svg POL Będzin COA.svg
Zamek w Będzinie.jpg
בענדינער שלאס
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאַטע 9טער י"ה
קאָאָרדינאַטן 50°20′N 19°7′E / 50.333°N 19.117°E / 50.333; 19.117 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
געביט זאגלעמביע
ראַיאָן שלעזישע וואיוואדעשאפט
דיסטריקט בענדין דיסטריקט
בירגערמייסטער ראַדאסלאַוו באַראַן

(Radosław Baran)

שטח 37.37 קוואדראט ק"מ
הייך 176 מעטער

 ‑ אין שטאט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

58,639‏  (שטייענדיג 2008)
1,569.1 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+1
http://www.bedzin.pl

בענדין (פויליש: Będzin, בענדזין; דייטש: Bendzin, Bendsburg) איז א שטאט אין זאגלעמביע געביט אין דרום פוילן, 61 ק"מ מערב פון קראקע. ביזן חורבן אייראפע איז די שטאט געווען דער אידישער צענטער פון זאגלעמביע.

היסטאריע

לויט ארכעאלאגישע אויסגעפינען, האט די שטאט אנגעהויבן אין דעם פריערדיגן מיטל אלטער. דאס דארף בענדין ווערט דערמאנט אין יאר 1301. בענדין איז געווארן א שטאט אין 1358, ווען מען האט איר געשאנקען מיט מאגדבורג רעכטן.

ביז דער צווייטער וועלט מלחמה איז א היפשטער טייל פון בענדינס איינוואוינער געווען אידן, אבער די מערהייט פון זיי האט מען געשיקט אין דעם אוישוויץ פארניכטונגס לאגער ביז זומער 1943.

אין 2008 האבן געוואוינט אין דער שטאט 58,639 מענטשן.

יידן אין בענדין

בענדין איז איינע פון די אוראלטע יידישע געמיינדעס אין פוילן. דער אידישער יישוב האט זיך אנטוויקלט פון דעם שפעטערדיקן מיטל־אלטער. די ערשטע אידן זענען אנגעקומען אין דעם 13טן יארהונדערט, און רוב פון זיי האבן זיך באשעפטיגט מיט לאנדווירטשאפט און מסחר. די אידישע קהילה האט זיך אויפגעשטעלט אין דעם 14טן יארהונדערט א דאנק דעם מלך קאזימיר דער גרויסער, וואס האט געשאנקען ספעציפישע רעכטן צו די אידן אז זיי זאלן מעגן וואוינען אין דער שטאט.

אין דעם רוסישן צענזוס פון 1897 זענען די אידן געווען 51% פון 21,000 איינוואוינער אין דער שטאט, און אין דעם פוילישן צענזוס פון 1921 האט די צאל אידן דערגרייכט 17,298 און זייער טייל אין דער באפעלקערונג פון דער שטאט איז געשטיגן ביז 62.1%. אום 4טן סעפטעמבער 1939, מיטן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט מלחמה, האט די דייטשע ארמיי איינגענומען דעם געגנט, און עס עס זעלנער האבן פארברענט די שטאטישע שול און דערמארדעט אסאך אידן פון דער שטאט. אין 1942 האבן זיי אויפגעשטעלט א געטא אין דער שטאט וואו מען האט קאנצענטריט די אידישע באפעלקערונג, און אין מאי האט מען אנגעהויבן פארטרייבן די אידן צום אוישוויץ פארניכטונגס לאגער. ביז זומער 1943 האט מען געשיקט די מערהייט פון די אידן אין דער שטאט אין אושוויץ.

באקאנטע פערזענליכקייטן פון בענדין

צווילינג שטעט

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!