רוי:רבי חנוך צבי הכהן לעווין

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:הירש העניך הכהן לעווין)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הרב הירש העניך לעווין
געבורט ז' כסלו ה'תרל"א
טויט ו' אדר א' ה'תרצ"ה (אלט: 64)
אמטן בענדינער רב
פון רעכטס צו לינקס: הרב מאיר אלטער, רבי אברהם מרדכי אלטער, הרב חנוך צבי הכהן לעווין, רבי ישראל אלטער

רבי חנוך צבי הכהן לעווין (רבי הירש העניך לעווין; ז' כסלו ה'תרל"א 1870 - ו' אדר א' ה'תרצ"ה, 1935) איז געווען שטאטס רב פון בענדין און פון די פירער פון פוילישן אידנטום פאר דער צווייטער וועלט מלחמה. ער איז געווען אן איידעם פון רבי יהודה אריה לייב אלטער, דער "שפת אמת".


לעבנסגעשיכטע

רבי הירש העניך איז געבוירן אין רודא מאלעניץ ז' כסלו תרל"א צו זיין פאטער, רבי פינחס יעקב הכהן לעווין, אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' העניך, חסיד פונעם אלטן קאצקער רבי'ן און מנהיג פון די גערער חסידים אין די יארן תרכ"ו ביז תרל"א, און צו זיין מוטער טעלצא, די טאכטער פון ר' צבי הירש (ליבל) דישקעס פון טאמאשאוו, דעם קאצקער רבי'נס משמש בקודש.[1] ער האט באקומען די נעמען פון זיינע צוויי זיידעס. ער איז געהאדעוועט געווארן אין מאלעניץ וואו די אלטע קאצקער-גערער חסידים פלעגן קומען צוגאסט ביי זיין פאטער און זיין זיידן.

רעפערענצן

  1. ר' פינחס יעקב מיט זיין ווייב מרת טעלצא האבן חתונה געהאט אין קאצק אין תרי"ח. דער קאצקער רבי איז געווען מסדר קידושין. נאך עטליכע יאר וואוינען אין קאצק האבן זיי זיך געצויגן אין רודא מאלעניץ.
Shtreimel2017.jpg דער ארטיקל בנוגע חסידות איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!