רוי:רבי שמעון סופר

פון המכלול
ווערסיע פון 07:31, 30 יאנואר 2023 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "הערה|נאמען=" ב־"הערה|שם=")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הרב שמעון סופר, דער "מכתב סופר"

הרב שמעון סופר (י"ג טבת ה'תקפ"א - י"ז אדר ב' ה'תרמ"ג), רב אין מאטערסדארף און קראקא. באקאנט אלס דער מכתב סופר. הרב שמעון איז געווען א זון פונעם חתם סופר און איינער פון די גרעסטע רבנים אין דער עסטרייכער אימפעריע אין דעם צווייטן העלפט פונעם 19טן יארהונדערט.

אפשטאם

רבי שמעון איז געבוירן אין פרעשבורג י"ג טבת ה'תקפ"א, צו זיין פאטער הרב משה סופר דער חתם סופר און צו זיין מוטער מרת שרל א טאכטער פון הרב עקיבא אייגער, רב אין פוזנא.

ביי די זיבעצן יאר האט ער געהייראט מרת מרים, א טאכטער פונעם גביר ר' דוב בער שטערנבערג פון קראלי.[1] נאך דער חתונה האט ער געוואוינט נאענט צו זיין פאטער אין פרעשבורג. אין תר"א, נאך זיין פאטערס פטירה, האט ער זיך געצויגן קיין קראלי, וואו ער האט געוואוינט צוויי יאר.

רבנות

אין תר"ב איז ער געווארן רב אין מאטערסדארף, און אין תר"ך האט מען אים גערופן צו ווערן רב און אב"ד אין קראקע,[1] און ער האט געדינט אין דעם אמט 22 יאר ביז זיין פטירה.

אין תרל"ט איז ער געוועלט געווארן צו זיצן אין פארלאמענט אין וויען. ער איז געווען איינער פון די פירער פון דער "מחזיקי הדת" קהילה אין גאליציע.

הסתלקות

רבי שמעון איז נפטר געווארן י"ז אדר ב' ה'תרמ"ג.[2]

פאמיליע

רבי שמעון און זיין ווייב מרת מרים האבן געהאט די קינדער:

זיינע ספרים

  • מכתב סופר

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!


רעפערענצן