רוי:דער בלאט
דער בלאט איז א סאטמארער צייטונג אויף יידיש געגרינדעט דורך די אַהרונים.
די גרינדונג
נאכן נישט ווערן באשריבן אין דער איד, האבן די אהרונים דערקלערט קריג קעגן דער איד און איר אייגענטימער משה גבאי. אין 2000 האבן זיי באשלאסן דעם אליינס צו עפענען א צייטונג און שרייבן די נייעס לויט זייער גייסט און רעספעקט.
דעמאלטס איז ארויסגעקומען בריווען פון אלע רבנים אין שפיץ פון די סאטמארער רבי די ברך משה זצ"ל אז זיי אסר'ן צו קויפן די בלאט, און אז דאס איז א העץ בלעטעל קעגן די ברך משה.
מיטן גרינדונג פון "דער בלאט" האט זיך שטארק געטוישט די וועלט פון יידישע צייטונגען.
זיי האבן געלייגט א דגש צו באשרייבן און דעקן אלע שיכטן און קרייזן. זיי האבן אנגעהויבן צו באשרייבן קליינע חסידות'ן און פריוואטע עסקנים אפילו זיי האבן נישט מיט סאטמאר, און דער איד האט נאכגעטאן דאס זעלביגע. אויך האבן זיי אנגעהויבן צו לייגן בילדער און דער איד האט נאכגעטאן אלס קאנקורענץ.
אייגענטום
דער אייגענטימער פון דער בלאט איז א יונגערמאן אלימלך דייטש, אן איידעם ביים בארימטן זאמלער ר' דוד לייב גרינפעלד דער רעדאקטאר איז געוועהן שמואל ווידער.
לעצטנס האבן זיי געמאכט אן אפטיילונג פון אינטערעסאנטע ארטיקלען מיטן נאמען "דער אוצר". און שפעטער האבן זיי אויך אפגעטיילט אלע ציבורישע נייעסן - פון פארשידענע קהילות און מוסדות - פונעם הויפט בלאט, אונטערן נאמען "ציבור".
אין די זומער וואכן ווען דער עולם איז אין די קעטסקילס, פארמאגן זיי א באזונדערע ביילאגע גערופן "זומער אפטיילונג".
אידישע צייטונגען | |
---|---|
אונזער טריבונע | אידישע טריבונע | בקהילה | די חרדישע וועלט | די צייטונג | דער איד | דער אלגעמיינער זשורנאל | דער בלאט | הארץ | המודיע | המבשר | זשערוסאלעם פאסט | זשאואיש וויק | זשואיש פרעס | ישראלי | ישראל היום | יתד נאמן | ידיעות אחרונות | לעבנס פראגן | מעריב | מקור ראשון | פארווערטס | פייוו טאונס זשואיש טיימס | שלום |
אידיש-שפּראַכיגע צייטונגען | ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!