רוי:שמואל ווידער
שמואל ווידער (תש"כ - י"ז אדר תשע"ח) איז געווען דער רעדאקטאר פון דער אידיש וואכן צייטונג דער בלאט.
ער איז יארן לאנג געווען א בדחן אויף חסיד'ישע חתונות אין וויליאמסבורג, ברוקלין.
ער האט רעוואלוציאנירט דעם חסידישן נייעס סטאנדארט און אים פיל פארבעסערט דורך צוטיילן כבוד פאר אלע עסקנים עשירים און רבנים.
ער האט אויך געדינט אלס פארזיצער ביי פילע סאטמארער (מהר"א) צוזאמקונפטן.
ער איז געווען א זעלטענע איש החסד אריינגערעכנט דאס מייסד זיין די ארגאנאזאציע "מאורות" פאר עלטערן וואס האבן פאלוירן א קינד, און נאך פילע פראיעקטן וואס רוב קומט יעצט ארויס לאחר פטירתו.
ווען ער האט ארויסגעשטעלט די אדרעסן פון גדולי ישראל פון בני ברק אז מען זאל זיי שיקן מחאה בריוון אין די זומער מאנאטן בנוגע זייער פארווע שטעלונג איבער "גזירת גיוס", האט מען אים פארמאל ארויסגעשטעלט פון זיין אמט אלס דער רעדאקטער פון דער בלאט און די הנהלת הקהילה האט ארויסגעשטעלט פלאקאטן אין אלע סאטמארער (מהר"א) בתי מדרשים איבער די וועלט אנזאגנדיג אז ער האט גענומען די שריט אויף די אייגענע האנט.
אין די לעצטע חדשים פון זיין לעבן האט ער עוסק געווען אין איבער פרישן די סאטמארער "חתונה תקנות" און האט ווינטער תשע"ח נאך אפגעהאלטן צוויי לייוו פאנעלן איבער די תקנות אויף די פארלאנג פון מורו ורבו רבי אהרן טייטלבוים. ער איז נפטר געווארן י"ז אדר תשע"ח נאכן זיין נישט געזונט א שטיק צייט, און ער איז באערדיגט געווארן אין דעם סאטמאר'ן בית החיים אין קרית יואל.
די צייטונג "דער בלאט", וואו ער איז אזוי פיל יאר געשטאנען אין שפיץ, האט ארויס געגעבן א ספציעלע ביילאגע מיט 30 זייטן לכבודו.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!