המכלול:ברוכים הבאים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
יעדע (אומבאשיצטער) בלאט קען ווערן רעדאגירט דורכ'ן דריקן אויפ'ן רעדאגירט טעב

וואס איז המכלול?

המכלול איז אן אידישע ענציקלאפעדיע וואס ווערט געשריבן דורך איר אירע ליינער. די רעדאקציע-מאנשאפט האלטן אין איין פארשענערן און פארברייטערן דעם ענציקלאפעדיע. המכלול פארמאגט אויך אן הערעאישע ווערסיע. דער אידישע ווערסיע אנטהאלט איצט 13,214 ארטיקלען.

צילדנדיג א ליינער און רעדאגירער באזע פון היימישע אידן, איז פארשטענדליך אז המכלול לייגט א שטערקערע געוויכט אויף טעמעס מיט אן אינטערעסע אין די געמיינדע. דער ציל פון המכלול איז צו ערמעגליכן דעם פרומען ציבור אידיש-ליינער צוטריט צו אן אפענעם ענציקלאפעדיע מיט פילע בלעטער, אן פראבלעמאטישע אינהאלט, עפעס וואס איז – ווי פארשטענדליך – אוממעגליך אויף וויקיפעדיע.

נאוויגירט אין המכלול: אויב זוכט איר א ספעציפישער בלאט, קענט איר זיך באנוצן מיטן זוך מאָטאָר, אדער גיין צום הויפט בלאט און אריינגיין דורך איר צו א בלאט. אויב זענט איר סתם נייגעריג, קענט איר איבערגיין די ליסטע פון רעקאמענדירטע בלעטער, אדער "צו ווארפן גורל" אויף א צופעליגער בלאט.

באגלייבטקייט: אויב מיינט איר אז די קוואליטעט פון המכלול האט שאדן דורכ'ן זיין אפן פאר יעדער שרייבער, שטעלט זיך ארויס אז דווקא די אפנקייט און לייכטקייט איז די גרעסטע הילף צו פארשענערן און פאררעכטן די עקזיסטירנדע בלעטער, און צו שטענדיגע פארמערונג פון אינפארמאציע. יעדער איינער לייגט צו נאך א שיכט אויפ'ן צווייטנ'ס ארבעט.

איר זענט געלאדענט זיך צו ווענדן פאר יעדע אנפראגע און פאר יעדע טעכנישע פראבלעם צום הילף טישל און פילע מכלולאים וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.

וויאזוי קען מען העלפן?

גייט אריין צום בלאט וואס איר ווילט רעדאגירן, נאכ'ן שאפן א קאנטע. איר זעט דעם קנעפל "רעדאגירט" ביים לינקן זייט אויבן? אין המכלול, אויב זענט איר אן איינגעשריבענער באניצער, קענט איר רעדאגירן כמעט אלע בלעטער צו יעדע צייט, אויסער באשיצטע בלעטער.

איר ווילט העלפן? האב נישט מורא צו רעדאגירן אין מכלוליעדער איינער קען רעדאגירן, און אונז שטיצן באניצער צו זיין געוואגט! טרעפט עפעס וואס קען ווערן פארשענערט, סיי אין אינהאלט, אין שפראך אדער אין פרעזענטאציע, און פאררעכט עס. איר האט מורא איר וועט עפעס שאדן מאכן? זייט רואיג: מען קען אייביג פאררעכטן אדער פארבעסערן שפעטער.

אין די צייט וואס דו ליינסט די שורות, זענען דא אנדערע וואס שאפן נייע בלעטער און רעדאגירן עקזיסטירנדע. איר דארפט נישט גארנישט ספעציעל צו נעמען א טייל.

עס איז גאר גרינג צו רעדאגירן:

  1. גייט אריין צו די בלאט וואס איר ווילט רעדאגירן אדער פאררעכטן.
  2. דרוקט אויף די רעדאגירט קנעפל אויבן.
  3. רעדאגיר דעם בלאט וויאזוי איר ווילט.
  4. דרוקט אויף "זעט אויסקוק" צו זען וויאזוי די ענדערונגען זעען אויס, און...
  5. דרוקט היט ענדערונגען צו אפהיטן וואס איר האט געשריבן. יעצט זענען די ענדערונגען אפגעהיטן אין מכלול און יעדער קען עס זען.

איר ווילט זיך צוגעוואוינען צו רעדאגירן אן אפהיטן די ענדערונגען? עקספערימענטיר רעדאגירן אין די זאמד קאסטן.