רוי:אנטאנין דווארזשאק

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דווארזשאק

אַנטאנין לעאפאלד דווארזשאַק (טשעכיש: Antonín Leopold Dvořák; ‏8טן סעפטעמבער 1841 - 1טן מאי 1904) איז געווען א טשעכישער קאמפאזיטאר. דווארזשאק איז איינער פון די דריי בארימטע טשעכישע קאמפאזיטארן וואס האבן געשריבן טשעכישע נאציאנאליסטישע מוזיק (די אנדער צוויי זענען בעדריך סמעטענע און לעאש יאנאטשעק. ער האט געשריבן ניין סימפאניעס. די לעצטע ווערט גערופן די "נייע וועלט סימפאניע" ווייל ער האט געשריבן זי אין אמעריקע.

לעבנסגעשיכטע

דווארזשאק איז געבוירן געווארן אינעם דארף נעלאהאזעוועס, לעבן פראג, עסטרייכער אימפעריע (היינט טשעכיי), דער עלצטער זון פון פראנטישעק דווארזשאק און זיין ווייב אנא זענדקאווא. אין 1847 האט ער אנגעהויבן לערנען שפילן דעם פידל.

ער האט שטודירט מוזיק אין אן ארגל שולע.

אין 1873 האט ער געהייראט אנא טשערמאקאווא. זיי האבן געהאט ניין קינדער.

פון 1901 ביז זיין טויט אין 1904 איז ער געווען דער דירעקטאר פון דער קאנסערוואטאריע אין פראג.



ווארענונג
דער ארטיקל איז א שטומף, אבער זי איז נישט קלאסיפיצירט ווי איינע פון די טיפּן אינעם שטומפן ליסטע אין המכלול. ביטע פארריכטן און קלייבן א נאמען פונעם ליסטע.
P music.svg דער ארטיקל בנוגע מוזיק איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!