המכלול שמועס:רייניגונג פראיעקט
אויסלייג איבערקוק
אקטיווע מכלולאים, ובפרט די וועלכע קוקן איבער די אויף יידיש ארטיקלען: מען האט יעצט געברענגט א נייע טשאטשקע, וואס איר וועט טרעפן ביים "עריכה" אפטיילונג מיט'ן נאמען "בודק איות". ביטע מאכט זיכער אז איר האט דארט אנגעצייכנט א ✓. דאס וועט אייך פארבן רויט די מערסט-בולט'ע יידישיסטישע אויסלייגן, און שטעלנדיג אייער מייזל איבער'ן ווארט וועט איר טרעפן דעם ריכטיגן ערזאץ. — צמא לדעת • שמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 19:49, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
- איך בין אנציקט ביז גאר פון די אהערגעשטעלטקייט פון די געצייגן און טשאטשקעס וואס מען שטעלט אהער און פון די טעמפא מיט וואס אלעס ווערט מסודר. צמא'לע וואו האט איר אזוי ארויס דעם וויקי קאוד מיט אלע מפרשים?... --תנא קמא (שמועס) 20:19, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
- יישר כח! וואו איז דאס פלאץ אויסצושמועסן ווערטער פונעם "בודק איות" ליסטע? עברי אנכי (שמועס) 20:35, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
- דא איז לכאורה דאס בעסטע. — צמא לדעת • שמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 20:59, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
- וואס איז דער פראבלעם מיט אַ? ער צייכנט מיר אן יעדע אַ...--תנא קמא (שמועס) 20:51, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
- אַ, א + ַ, איז טאקע נישט קיין פראבלעם. חוץ אויב האט פאסירט א טעות, צייכנט ער דיר נישט אן אזאנס, נאר אַ, איין צונויפגעשטעלטע בוכשטאב וואס די יידישיסטן האבן פאבריצירט, ענליך צו זייער דאפלטע װ וכדומה. ס'זעט טאקע אויס ענליך, אבער פארט נישט דאס זעלביגע. — צמא לדעת • שמועס • ד' כסלו ה'תשפ"ג 20:59, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)
- יישר כח! וואו איז דאס פלאץ אויסצושמועסן ווערטער פונעם "בודק איות" ליסטע? עברי אנכי (שמועס) 20:35, 28 נאָוועמבער 2022 (IST)