אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:1940"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "׳" ב־"'") |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 41: | שורה 41: | ||
[[קאַטעגאָריע:1940ער]] | [[קאַטעגאָריע:1940ער]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 04:14, 25 נאוועמבער 2022
1940 אין פארשידענע קאלענדארן | |
גרעגאריאנישער קאלענדאר | 1940 MCMXL |
אידישער לוח | ה'ת"ש - ה'תש"א |
כינעזישער קאלענדאר | 4636 – 4637 己卯 – 庚辰 4637 איז דאס יאר פונעם דראַקאן |
עטיאפישער קאלענדאר | 1932 – 1933 |
פערסישער קאלענדאר | 1318 – 1319 |
איסלאמישער קאלענדאר | 1358 – 1359 |
1940 איז דאס 40סטע יאר אינעם 20סטן יארהונדערט. דאס איז אן עיבור יאר, וואס איז 366 טעג. יאנואר 1 1940 לויט'ן גרעגאריאנישן קאלענדאר פעדערט יאנואר 1 לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 13 טעג. (אלע דאטומען דא זענען לויט'ן גרעגאריאנישן קאלענדאר).
געשעענישן
- 10טן מיי
- נעוויל טשעמבערליין רעזיגנירט פונעם אמט פון פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך, און ווינסטאן טשערטשיל ווערט באשטימט אין זיין ארט
- צווייטע וועלט מלחמה: דייטשלאנד אינוואדירט בעלגיע, האלאנד און לוקסעמבורג
- 13טן מיי
- צווייטע וועלט מלחמה: ווינסטאן טשערטשיל דרשנט זיין בארומטע רעדע "בלוט שווייס און טרערן" אין דעם בריטישן פארלאמענט
- ווילהעלמינא מלכה פון האלאנד אנטלויפט פון דער נאצי אינוואזיע אין דער בריטאניע; די פרינצעסין יוליאנא שמוגלט אירע קינדער אין קאנאדע
- 14טן מיי
- צווייטע וועלט מלחמה: ראטערדאם באמבארדירט דורך דער דייטשער לופטוואפע.
- צווייטע וועלט מלחמה: די האלענדישע לאסטשיף SS Bodegraven, מיט א קינדערטראנספארט פון 80 קינדער, פארט ארויס פון האלאנד אונטער דייטשער שיסעריי פון מאשינביקסן.
- 17טן מיי - צווייטע וועלט מלחמה: די ווערמאכט נעמט איין בריסל
- 24סטן מיי - צווייטע וועלט מלחמה: די דייטשע ארמיי שטעלט זיך אפ לעבן דונקערק
- 28סטן מיי - צווייטע וועלט מלחמה: בעלגיע קאפיטולירט צו נאצי דייטשלאנד
- 13טן יוני - צווייטע וועלט מלחמה: פראנצויזישע רעגירונג אנטלויפט פון פאריז.
- 14טן יוני - צווייטע וועלט מלחמה: נאצי דייטשלאנד נעמט איין פאריז
- 17טן יוני - דער סאוועטן פארבאנד נעמט איין לעטלאנד.
- 22סטן יוני - צווייטע וועלט מלחמה: פראנקרייך קאפיטולירט צו דייטשלאנד נאך א קאמף פון זעקס וואכן.
- 10טן יולי - ווישי רעגירונג פון מארשאל פעטען אויפגעשטעלט אין פראנקרייך
- 31סטן יולי – די עלקושער דערנידערונגס אקציע: מען האט געפירט די יידן פון עלקוש אינעם רינעק אוין איזדיקעווען זיך איבער זיי שעה'ן לאנג; זיי האבן באריכטעט די אידיקעוואונג מיט א נאטאריש באוואוסט בילד פון א רב מיט צעשפאלטענע תפילין אויף זיין קאפ.
- 23סטן אויגוסט - די דייטשן הייבן אן באמבארדירן לאנדאן
- 7טן אקטאבער - דייטשלאנד אינוואדירט רומעניע
- 12טן אקטאבער - באפעל ארויסגעגעבן אויפצושטעלן די ווארשאווער געטא אין פוילן
- 28סטן אקטאבער - אויסגעבראכן די איטאליענישע-גריכישע מלחמה
- 7טן נאוועמבער - די טאקאמא לאנדפאס בריק פאלט איין נאכן וויגן זיך אין דעם ווינט
געבוירן
- 7טן יולי - רינגא סטאר, צימבלער פון די ביטלס
- 17טן יולי - פייסל חוסייני, פאלעסטינער פאליטיקער (געש' 2001)
- 9טן אקטאבער - דזשאן לענאן, זינגער און מיטגליד פון די ביטלס (דערמארדעט 1980)
געשטארבן
- 21סטן אויגוסט - לעאן טראצקי, רוסישער-יידשער רעוואלוציאנער (געב' 1879)
- 30סטן אויגוסט - דזשאזעף דזשאן טאמסאן, ענגלישער פיזיקער (געב' 1856)
- 9טן נאוועמבער - נעוויל טשעמבערליין, פרעמיער מיניסטער פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך (געב' 1869)
נאבעל פריזן
יארן און יארהונדערטער | |
---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!