אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יוסף אלטער האגער"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 35: | שורה 35: | ||
[[קאטעגאריע:קאסאוו]] | [[קאטעגאריע:קאסאוו]] | ||
[[קאטעגאריע:גדולי ישראל ארויף קיין א"י|האגער, יוסף אלטער]] | [[קאטעגאריע:גדולי ישראל ארויף קיין א"י|האגער, יוסף אלטער]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 01:01, 25 נאוועמבער 2022
רבי יוסף אלטער האגער זצ"ל (ה'תק"ף - ח' תמוז ה'תרל"ט), פון ראדאוויץ
אפשטאם
רבי יוסף אלטער איז געבוירן אין יאר ה'תק"ף (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב חיים האגער רב אין קאסאוו, א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער רב אין קאסאוו "דער אהבת שלום", א זון פון הרב יעקב קאפל חסיד. און צו זיין מוטער מרת צפורה ( -י"ט טבת ה'תרל"א), א טאכטער פון הרב יהודה מאיר שפירא פון שעפעטיווקא, א זון פון הרב פנחס שפירא פון קאריץ.
רבנות
נאג די פטירה פון זיין פאטער אין יאר ה'תרי"ד האט רבי יוסף אלטער געפראוועט זיין רעביסטעווע אין ראדאוויץ. אין יאר ה'תרל"ג איז רבי יוסף אלטער ארויף געפארן קיין ארץ ישראל אין זיך באזעצט אין צפת.
הסתלקות
רבי יוסף אלטער איז נפטר געווארן אין חיפה ח' תמוז ה'תרל"ט, ער ליגט אין חיפה נעבען ציון פון דעם אמורא "רבי אבדימי דמן חיפה", און מ'האט אויף געשטעלט אן אוהל אויף זיין קבר.
פאמיליע
רבי יוסף אלטער האט געהייראט אין סאווראן מרת לאה א טאכטער פון הרב ישראל פון סאווראן א זון פון הרב משה צבי פון סאווראן. זייער איינציגער זון:
- מרת חיה, די ווייב פון הרב שמואל שמעלקא רובין (ה'ת"ר (אומגעפער) - ח' אדר ה'תרס"א), פון סערעט.
- מרת שיינדיל רחל, די ווייב פון הרב מאיר יהודה שפירא (ה'תר"ו - י"ט תשרי ה'תרס"ח), רב אין בוקאווסק.
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!