בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,387
רעדאגירונגען
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 7: | שורה 7: | ||
דער הויפט נושא פונעם ספר איז די עבודה פון תיקון המדות, וויאזוי דער מענטש זאל מתקן זיין אלע זיינע מדות אויפ'ן גלייכן און באלאנסירטן וועג, אלס א יסוד פון שמירת התורה והמצוות. דער ספר פארמאגט 28 שערים, רוב פון זיי זענען איבער מדות און צום סוף זענען דא עטליכע שערים אויף יסודות'דיגע ענינים ווי לימוד התורה, יראת שמים און תשובה. | דער הויפט נושא פונעם ספר איז די עבודה פון תיקון המדות, וויאזוי דער מענטש זאל מתקן זיין אלע זיינע מדות אויפ'ן גלייכן און באלאנסירטן וועג, אלס א יסוד פון שמירת התורה והמצוות. דער ספר פארמאגט 28 שערים, רוב פון זיי זענען איבער מדות און צום סוף זענען דא עטליכע שערים אויף יסודות'דיגע ענינים ווי לימוד התורה, יראת שמים און תשובה. | ||
=== מחבר === | === מחבר === | ||
| שורה 17: | שורה 15: | ||
וויבאלד אורחות צדיקים אין פיל הינזיכטן פאלגט נאך די לערעס פון [[חסידי אשכנז]], איז מעגליך אז דער מחבר האט בכוונה געהאלטן דעם ספר אנאנים, נאכפאלגנדיג דערמיט די אנווייז פון [[רבי יהודה החסיד]] פון [[רעגענסבורג]] אין ספר חסידים (אויך ארויסגעגעבן אנאנים) אז שרייבער זאלן זיך נישט באקאנט מאכן אין זייערע ווערק, כדי זייערע יוצאי חלציהם זאלן זיך נישט שטאלצירן מיט זייער פאטער'ס דערגרייכונגען. | וויבאלד אורחות צדיקים אין פיל הינזיכטן פאלגט נאך די לערעס פון [[חסידי אשכנז]], איז מעגליך אז דער מחבר האט בכוונה געהאלטן דעם ספר אנאנים, נאכפאלגנדיג דערמיט די אנווייז פון [[רבי יהודה החסיד]] פון [[רעגענסבורג]] אין ספר חסידים (אויך ארויסגעגעבן אנאנים) אז שרייבער זאלן זיך נישט באקאנט מאכן אין זייערע ווערק, כדי זייערע יוצאי חלציהם זאלן זיך נישט שטאלצירן מיט זייער פאטער'ס דערגרייכונגען. | ||
טראץ איר אנאנימיטעט איז אורחות צדיקים געווארן איינע פון די פאפולערסטע ווערק צווישן די ספרי קודש, און זינט דעם 16טן יארהונדערט זענען ארויסגעקומען איבער 100 אויסגאבעס, אריינגערעכנט פארקירצטע ווערסיעס און איבערזעצונגען. דער ערשטער איז געווען א פארקירצטע ווערסיע אויף אידיש (איזני; Isny im Allgäu, ה'ש"ב){{הערה|שם=איזנא| | טראץ איר אנאנימיטעט איז אורחות צדיקים געווארן איינע פון די פאפולערסטע ווערק צווישן די ספרי קודש, און זינט דעם 16טן יארהונדערט זענען ארויסגעקומען איבער 100 אויסגאבעס, אריינגערעכנט פארקירצטע ווערסיעס און איבערזעצונגען. דער ערשטער איז געווען א פארקירצטע ווערסיע אויף אידיש (איזני; Isny im Allgäu, ה'ש"ב){{הערה|שם=איזנא|[https://www.nli.org.il/he/books/NNL_ALEPH990011594150205171/NLI ספר המדות], [[נאציאנאלער ביבליאטעק פון מדינת ישראל|נבמ"י]]}}; דער פולער לשון-קודש'ער טעקסט איז ערשינען צום ערשטן מאל אין פּראַג עטליכע יאר שפּעטער (1581). | ||
דער אריגינעלער טיטל איז מסתמא נישט "אורחות צדיקים", וועלכע איז לכאורה געגעבן געווארן דערצו דורך די קאפּיסטן און פארלאגן{{הערה|שם=גידמאן}}. די איזני אויסגאבע (ה'ש"ב) הייסט "ספר המדות"{{הערה|שם=איזנא}}, א נאמען וואס איז טראדיציאנעל געלייגט געווארן אויף ספרי מוסר. אין דער הקדמה באצייכנט דער מחבר דעם ספר אלס 'ספר המדות' און אינעם אפשליסנדן פאראגראף פון דער הקדמה דערקלערט ער "זה ספר מידות נכתב ונחתם בטבעת החכמה". דער טיטל פּאסט אויך צום סטרוקטור פונעם חיבור, זינט עס רעכנט אויס עטישע קוואליטעטן און זייער כאראקטעריסטיק. | דער אריגינעלער טיטל איז מסתמא נישט "אורחות צדיקים", וועלכע איז לכאורה געגעבן געווארן דערצו דורך די קאפּיסטן און פארלאגן{{הערה|שם=גידמאן}}. די איזני אויסגאבע (ה'ש"ב) הייסט "ספר המדות"{{הערה|שם=איזנא}}, א נאמען וואס איז טראדיציאנעל געלייגט געווארן אויף ספרי מוסר. אין דער הקדמה באצייכנט דער מחבר דעם ספר אלס 'ספר המדות' און אינעם אפשליסנדן פאראגראף פון דער הקדמה דערקלערט ער "זה ספר מידות נכתב ונחתם בטבעת החכמה". דער טיטל פּאסט אויך צום סטרוקטור פונעם חיבור, זינט עס רעכנט אויס עטישע קוואליטעטן און זייער כאראקטעריסטיק. | ||
| שורה 28: | שורה 26: | ||
טראץ דעם גרויסן איינפלוס וואס די אויבנדערמאנטע חיבורים האבן געהאט אויף די אידייען, סטיל און סטרוקטור פון אורחות צדיקים, גייט דער ספר אין איר עטישן בליק אין גאנג פון די לערעס פון חסידי אשכנז, ספר חסידים און ספר הרוקח פון רבי אלעזר פון וואָרמס, און איז איבערהויפּט אינטערעסירט אין די פּראקטישע און באלדיגע אפּטייטש פון די מידות. כאטש דער מחבר פארנעמט זיך אויך אין פאראלגעמיינערונגען און צעטיילט אפט יעדער טעמע אין אפטיילונגען און סוב-אפטיילונגען, נאכפאלגנדיג די סטרוקטור פון מיטלאלטערליכע פילאזאפישע ווערק, ווערט די גרעסטע געוויכט געלייגט אויף פּראקטישן אויפפירונג. דאס לעצטע שער באשרייבט, וויאזוי מען קען פארווירקליכן א פולן רעליגיעזן לעבן. די פארווירקליכונג ווערט נישט דורכ'ן קונה זיין חכמה, אדער דביקות בה' דורך אהבה, ווי עס איז פארשפרייט אין דער פילאזאפיש-עטישער ליטעראטור, נאר אין דער יראת שמים און קבלת עול, די העכסטע אייגנשאפט וואס די חסידי אשכנז שטעלן מיט זיך פאר. | טראץ דעם גרויסן איינפלוס וואס די אויבנדערמאנטע חיבורים האבן געהאט אויף די אידייען, סטיל און סטרוקטור פון אורחות צדיקים, גייט דער ספר אין איר עטישן בליק אין גאנג פון די לערעס פון חסידי אשכנז, ספר חסידים און ספר הרוקח פון רבי אלעזר פון וואָרמס, און איז איבערהויפּט אינטערעסירט אין די פּראקטישע און באלדיגע אפּטייטש פון די מידות. כאטש דער מחבר פארנעמט זיך אויך אין פאראלגעמיינערונגען און צעטיילט אפט יעדער טעמע אין אפטיילונגען און סוב-אפטיילונגען, נאכפאלגנדיג די סטרוקטור פון מיטלאלטערליכע פילאזאפישע ווערק, ווערט די גרעסטע געוויכט געלייגט אויף פּראקטישן אויפפירונג. דאס לעצטע שער באשרייבט, וויאזוי מען קען פארווירקליכן א פולן רעליגיעזן לעבן. די פארווירקליכונג ווערט נישט דורכ'ן קונה זיין חכמה, אדער דביקות בה' דורך אהבה, ווי עס איז פארשפרייט אין דער פילאזאפיש-עטישער ליטעראטור, נאר אין דער יראת שמים און קבלת עול, די העכסטע אייגנשאפט וואס די חסידי אשכנז שטעלן מיט זיך פאר. | ||
אין דער הקדמה גיט דער מחבר א טעארעטישן און אנטראפּאלאגישן יסוד פאר זיין טעאריע פון עטיק | אין דער הקדמה גיט דער מחבר א טעארעטישן און אנטראפּאלאגישן יסוד פאר זיין טעאריע פון עטיק. דער מחבר איז מסביר די וויכטיגקייט פון דעם ספר אויך פאר תלמידי חכמים מיט א משל: פונקט ווי א פאס פון גוטע וויין וואס האט א לאך וועט די גאנצע וויין ארויסרינען דורך דעם לאך, אזוי איז א תלמיד חכם וועלכער האט נישט קיין גוטע מדות, וועט זיין גאנצע תורה פארלוירן ווערן. | ||
דער ספר איז צעטיילט אין שערים (ד.ה. פרקים). רוב פון די שערים זענען קורץ און יעדער שער איז געווידמעט צו א דיסקוסיע וועגן די עטישע מעלות און חסרונות פון א ספּעציפישער מידה. דער מחבר האט געפּרואווט אויסשטעלן די קאפּיטלען אין פּאָרן פון קעגנגעזעצטע מידות, אבער דאס איז נישט אינגאנצן קאנסעקווענט. עטליכע פון די הויפּט אפטיילונגען זענען געווידמעט פאר גאוה און ענוה, אהבה (נישט אויסשליסלעך אהבת ה', נאר אלע אספּעקטן פון ליבע אין א מענטשנס לעבן) און שנאה, רחמים (רחמנות) און אכזריות, און שמחה (אריינגערעכנט א לאנגע שמועס איבער אמונה, צו וועלכע עס איז נישט געווארן געווידמעט א באזונדערער שער). דער מחבר באהאנדלט די נעגאטיווע אייגנשאפטן פון נישט-רעליגיעזער פרייד, און דערהייבט די שמחה וואס קומט פון אהבת ה' און פאלגזאמקייט צו אים. אנדערע שערים באהאנדלען דאגה, כעס, קנאה, זריזות און עצלות, אמת און שקר, חנופה, לשון הרע און תשובה. (דער אפּטיילונג אויף תשובה איז די לענגסטע און מערסט דעטאלירטע אפּטיילונג אינעם חיבור.) | |||
אין יעדן פרק ברענגט דער מחבר אלע פארשידנארטיגע מצבים ווען די מדה קען באנוצט ווערן, סיי פאזיטיוו און סיי נעגאטיוו. אפילו די מדה פון אכזריות האט אמאל א פלאץ (למשל, ווען א מענטש וויל נישט נאכגעבן זיין קינד עפעס וואס וועט אים שעדיגן, איז עס א פארעם פון אכזריות, אבער פאר זיין טובה), און אויך די מדה פון אהבה האט א נעגאטיווע צד (איינער וואס האט צו שטארק ליב געלט, וואס דאס קען אים ברענגען צו גנב'ענען, וכדומה.) דאס איז איינס פון די הויפט מערקבארע יסודות אינעם ספר, אז עס איז נישט דא קיין מדה וואס איז בעצם גוט אדער שלעכט, נאר דער מענטש דארף באלאנסירן זיינע מדות און לייגן יעדע מדה אויף זיין פלאץ. | |||
די לעצטע צוויי פּרקים זענען וועגן לימוד התורה, דיסקוטירט פּראבלעמען פון ידיעת וחכמת התורה, און יראת שמים, וואס איז די וויכטיגסטע קוואליטעט. אין שער כ"ז אטאקירט דער מחבר ביטער דאס [[פלפול]], טאדלט זיינע לאנדסלייט וועלכע פארנעמען זיך מיט די דאזיגע קריגערישע לימוד הגמרא, און פארנאכלעסיגן דורכדעם דאס איבער'חזר'ן און דאס לערנען תנ”ך, אגדה, משנה און מדרש. | |||
דער ספר איז קליין אין כמות אבער גרויס אין איכות, ער שפינט אריין אין זיינע ווערטער אסאך שטיקלעך פונעם רלב"ג, [[רמב"ם]] און [[חובות הלבבות]], [[שערי תשובה]]. | דער ספר איז קליין אין כמות אבער גרויס אין איכות, ער שפינט אריין אין זיינע ווערטער אסאך שטיקלעך פונעם רלב"ג, [[רמב"ם]] און [[חובות הלבבות]], [[שערי תשובה]]. | ||
==אויפנאמע== | ==אויפנאמע== | ||
דער ראשית חכמה ברענגט מערערע שטיקער פון אורחות צדיקים, וואס ער האט געהאט אין כתב יד, רופנדיג עס "ספר המדות", "בית מדות" אדער "ספר מדבר בדברי חסידות", און דרוקט זיך אויס "שנראה דבריו דברי קבלה"{{הערה|ראשית חכמה, שער האהבה, פ"ו; שער הענוה, פ"ה און פ"ז; שער התשובה, פ"ז; שער הקדושה, פי"א און י"ב}}. דער שדי חמד שרייבט: "אורחות צדיקים הוא ספר מאד נעלה וכולו אומר כבוד קדוש וטהור מלא יראת ה' והישרת המדות … אני הדל קריתי ושניתי בו איזה פעמים מראשו לסופו בחברת תלמידי שיחי' ללמוד וללמד מוסר"{{הערה|שדי חמד, כללי הפוסקים, סי' טו}}. | דער ראשית חכמה ברענגט מערערע שטיקער פון אורחות צדיקים, וואס ער האט געהאט אין כתב יד, רופנדיג עס "ספר המדות", "בית מדות" אדער "ספר מדבר בדברי חסידות", און דרוקט זיך אויס "שנראה דבריו דברי קבלה"{{הערה|ראשית חכמה, שער האהבה, פ"ו; שער הענוה, פ"ה און פ"ז; שער התשובה, פ"ז; שער הקדושה, פי"א און י"ב}}. דער שדי חמד שרייבט: "אורחות צדיקים הוא ספר מאד נעלה וכולו אומר כבוד קדוש וטהור מלא יראת ה' והישרת המדות … אני הדל קריתי ושניתי בו איזה פעמים מראשו לסופו בחברת תלמידי שיחי' ללמוד וללמד מוסר"{{הערה|שדי חמד, כללי הפוסקים, סי' טו}}. | ||
דער מהר"ל | דער [[רבי יהודה ליוואי|מהר"ל פון פראג]] באדויערט אז ער האט נישט געהאט געזען די ווערטער פון אורחות צדיקים קעגן דעם דרך הלימוד פוןן פלפול און איבער חזרה, ווייל ווען יא וואלט ער נישט נכשל געווארן דערין{{הערה|מהר"ל, [https://mishna.alhatorah.org/Dual/Derekh_Chayyim_Mishna_Avot/Avot/6.6 דרך חיים אבות ו, ו]: "אחר כך מצאתי בדברי החסיד שחבר ספר המדות, האריך מאד מאד בשער תלמוד תורה גם כן לפרש חסרון הדור ומומו, ומה שאין חוזרין על תלמודם. אך לא היה גם כן בדורו הקלקלה והמכשלה הגדולה הזאת, לחדד בדבר שקר והתול… ולא זכיתי בעונותי העצומים לראות דברי ספר החסיד, שהוא היה מוציא אותי מן המכשול הזה שהיה תחת ידי יותר מכל, תהא צערי כפרתי ותקון עויי שהעויתי."}} | ||
==דרויסנדיגע לינקס== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
רעדאגירונגען