אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אורחות צדיקים"

553 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 11 חדשים
קיין רעדאגירונג באמערקונג
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 19: שורה 19:
טראץ איר אנאנימיטעט איז אורחות צדיקים געווארן איינע פון ​​די פאפולערסטע ווערק צווישן די ספרי קודש, און זינט דעם 16טן יארהונדערט זענען ארויסגעקומען איבער 80 אויסגאבעס, אריינגערעכנט פארקירצטע ווערסיעס און איבערזעצונגען. דער ערשטער איז געווען א פארקירצטע ווערסיע אויף אידיש (איסני; Isny im Allgäu, 1542); דער פולער לשון-קודש'ער טעקסט איז ערשינען צום ערשטן מאל אין פּראַג עטליכע יאר שפּעטער (1581).

דער אריגינעלער טיטל איז מסתמא נישט "אורחות צדיקים", וועלכע איז לכאורה געגעבן געווארן דערצו דורך די קאפּיסטן און פארלאגן. די איסני אויסגאבע (1542) הייסט "ספר המדות", א נאמען וואס איז טראדיציאנעל געלייגט געווארן אויף ספרי מוסר. אין דער הקדמה באצייכנט דער מחבר דעם ספר אלס 'ספר המדות' און אינעם אפשליסנדן פאראגראף פון דער הקדמה דערקלערט ער "זה ספר מידות נכתב ונחתם בטבעת החכמה". דער טיטל פּאסט אויך צום סטרוקטור פונעם חיבור, זינט עס רעכנט אויס עטישע קוואליטעטן און זייער כאראקטעריסטיק.
דער אריגינעלער טיטל איז מסתמא נישט "אורחות צדיקים", וועלכע איז לכאורה געגעבן געווארן דערצו דורך די קאפּיסטן און פארלאגן{{הערה|1=https://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/freimann/content/pageview/1040879}}. די איסני אויסגאבע (1542) הייסט "ספר המדות", א נאמען וואס איז טראדיציאנעל געלייגט געווארן אויף ספרי מוסר. אין דער הקדמה באצייכנט דער מחבר דעם ספר אלס 'ספר המדות' און אינעם אפשליסנדן פאראגראף פון דער הקדמה דערקלערט ער "זה ספר מידות נכתב ונחתם בטבעת החכמה". דער טיטל פּאסט אויך צום סטרוקטור פונעם חיבור, זינט עס רעכנט אויס עטישע קוואליטעטן און זייער כאראקטעריסטיק.

=== געבוי ===
=== געבוי ===
שורה 27: שורה 27:

טראץ דעם גרויסן איינפלוס וואס די אויבנדערמאנטע חיבורים האבן געהאט אויף די אידייען, סטיל און סטרוקטור פון אורחות צדיקים, גייט דער ספר אין איר עטישן בליק אין גאנג פון די לערעס פון חסידי אשכנז, ספר חסידים און ספר הרוקח פון רבי ​​אלעזר פון וואָרמס, און איז איבערהויפּט אינטערעסירט אין די פּראקטישע און באלדיגע אפּטייטש פון די מידות. כאטש דער מחבר פארנעמט זיך אויך אין פאראלגעמיינערונגען און צעטיילט אפט יעדער טעמע אין אפטיילונגען און סוב-אפטיילונגען, נאכפאלגנדיג די סטרוקטור פון מיטלאלטערליכע פילאזאפישע ווערק, ווערט די גרעסטע געוויכט געלייגט אויף פּראקטישן אויפפירונג. דאס לעצטע שער באשרייבט, וויאזוי מען קען פארווירקליכן א פולן רעליגיעזן לעבן. די פארווירקליכונג ווערט נישט דורכ'ן קונה זיין חכמה, אדער דביקות בה' דורך אהבה, ווי עס איז פארשפרייט אין דער פילאזאפיש-עטישער ליטעראטור, נאר אין דער יראת שמים און קבלת עול, די העכסטע אייגנשאפט וואס די חסידי אשכנז שטעלן מיט זיך פאר.

אין דער הקדמה גיט דער מחבר א טעארעטישן און אנטראפּאלאגישן יסוד פאר זיין טעאריע פון עטיק; דאס בוך איז צעטיילט אין שערים (ד.ה. פרקים). רוב פון די שערים זענען קורץ און יעדער שער איז געווידמעט צו א דיסקוסיע וועגן די עטישע מעלות און חסרונות פון א ספּעציפישער מידה.

יעדע מדה פארמאגט א באזונדערן פרק. גאווה קעגן ענווה, בושה קעגן עזות, אהבה קעגן שנאה, רחמים קעגן אכזריות א.א.וו. אין יעדן פרק ברענגט דער מחבר אלע פארשידנארטיגע מצבים ווען די מדה קען באנוצט ווערן, סיי פאזיטיוו און סיי נעגאטיוו. אפילו די מדה פון אכזריות האט אמאל א פלאץ (למשל, ווען א מענטש וויל נישט נאכגעבן זיין קינד עפעס וואס וועט אים שעדיגן, איז עס א פארעם פון אכזריות, אבער פאר זיין טובה), און אויך די מדה פון אהבה האט א נעגאטיווע צד (איינער וואס האט צו שטארק ליב געלט, וואס דאס קען אים ברענגען צו גנב'ענען, וכדומה.) דאס איז איינס פון די הויפט מערקבארע יסודות אינעם ספר, אז עס איז נישט דא קיין מדה וואס איז בעצם גוט אדער שלעכט, נאר דער מענטש דארף באלאנסירן זיינע מדות און לייגן יעדע מדה אויף זיין פלאץ.