אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מנחם נחום טווערסקי (בני ברק)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏יונגע יארן: צוגעלייגט מקור)
 
שורה 31: שורה 31:


==יונגע יארן==
==יונגע יארן==
רבי מנחם נחום איז געבוירן געווארן [[כ"ב שבט]] [[ה'תש"ב]] אין [[ירושלים]] צו זיין פאטער [[רבי משולם זוסיא טווערסקי]], [[טשערנאביל (חסידות)|טשערנאבילער]] רבי און זיין מוטער מרת בלומא טויבא,{{הערה|נפטר געווארן [[כ' סיון]] [[ה'תשע"ב]]}} א טאכטער פון [[רבי יעקב מרדכי בראנדוויין]], דער [[סטרעטין (חסידות)|סטרעטינער]] [[אדמו"ר|רבי]] אין ירושלים. ער האט געלערנט אין דער [[בעלזא|בעלזער]] ישיבה. אין זיינע יונגע יארן פלעגט ער גיין צו די טישן פונעם בעלזער רב, [[רבי אהרן רוקח]].  
רבי מנחם נחום איז געבוירן געווארן [[כ"ב שבט]] [[ה'תש"ב]] אין [[ירושלים]]{{הערה|{{צ-זשורנאל|שלמה ניימאן|אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס|קינדער שריפט|235|59|שנת הוצאה=סוכות תשפ"ד}}}} צו זיין פאטער [[רבי משולם זוסיא טווערסקי]], [[טשערנאביל (חסידות)|טשערנאבילער]] רבי און זיין מוטער מרת בלומא טויבא,{{הערה|נפטר געווארן [[כ' סיון]] [[ה'תשע"ב]]}} א טאכטער פון [[רבי יעקב מרדכי בראנדוויין]], דער [[סטרעטין (חסידות)|סטרעטינער]] [[אדמו"ר|רבי]] אין ירושלים. ער האט געלערנט אין דער [[בעלזא|בעלזער]] ישיבה. אין זיינע יונגע יארן פלעגט ער גיין צו די טישן פונעם בעלזער רב, [[רבי אהרן רוקח]].  


[[י"ח אלול]] [[ה'תשכ"א]], האט ער חתונה געהאט מיט מרת נחמה מרים, א טאכטער פון גאב"ד ראדאמישלא הרב [[רבי אלחנן היילפרין]] זצ"ל, דער געוועזענער זקן הרבנים פון [[גאלדערס גרין]], [[לאנדאן]], און נשיא הכבוד פונעם לאנדאנער [[התאחדות קהלות החרדים]].
[[י"ח אלול]] [[ה'תשכ"א]], האט ער חתונה געהאט מיט מרת נחמה מרים, א טאכטער פון גאב"ד ראדאמישלא הרב [[רבי אלחנן היילפרין]] זצ"ל, דער געוועזענער זקן הרבנים פון [[גאלדערס גרין]], [[לאנדאן]], און נשיא הכבוד פונעם לאנדאנער [[התאחדות קהלות החרדים]].

יעצטיגע רעוויזיע זינט 12:06, 30 יולי 2024

רבי מנחם נחום טווערסקי
געבורט כ"ב שבט תש"ב
ירושלים
טעטיגקייט אָרט בני ברק, ישראל
דינאסטיע טשערנאביל
קינדער מלכה ראטטענבערג
בת שבע טווערסקי
ביילא היילפרין
בריינא פריידא טווערסקי
מרדכי טווערסקי
אהרן טווערסקי
דוד טווערסקי
אברהם זרח אריה יהודה לייבוש טווערסקי
רעכיל דבורה ראטטענבערג
אסתר מינדל טווערסקי.
9'טער טשערנאביל'ער רבי
ה'תשמ"ח -

רבי מנחם נחום טווערסקי (געב' כ"ב שבט ה'תש"ב) איז דער טשערנאבילער רבי אין בני ברק, מיט עטליכעע הונדערטער חסידים אין ארץ ישראל און איבער דער וועלט.

יונגע יארן

רבי מנחם נחום איז געבוירן געווארן כ"ב שבט ה'תש"ב אין ירושלים[1] צו זיין פאטער רבי משולם זוסיא טווערסקי, טשערנאבילער רבי און זיין מוטער מרת בלומא טויבא,[2] א טאכטער פון רבי יעקב מרדכי בראנדוויין, דער סטרעטינער רבי אין ירושלים. ער האט געלערנט אין דער בעלזער ישיבה. אין זיינע יונגע יארן פלעגט ער גיין צו די טישן פונעם בעלזער רב, רבי אהרן רוקח.

י"ח אלול ה'תשכ"א, האט ער חתונה געהאט מיט מרת נחמה מרים, א טאכטער פון גאב"ד ראדאמישלא הרב רבי אלחנן היילפרין זצ"ל, דער געוועזענער זקן הרבנים פון גאלדערס גרין, לאנדאן, און נשיא הכבוד פונעם לאנדאנער התאחדות קהלות החרדים.

נאך זיין חתונה פלעגט ער לערנען אין דעם בעלזער כולל פאר אומגעפער פינף און צוואנציג יאר, און דערנאך, האט זיין פאטער באשטימט אים צו ווערן ראש כולל אין טשערנאביל.

רביסטעווע

ווען זיין פאטער רבי משולם זוסיא איז נפטר געווארן י"ז מרחשון ה'תשמ"ח, האט ער איבערגעלאזט א צוואה אז אלע זיינע זין זאלן פירן רעביסטעוועס. דער רחמיסטריווקער רבי, האדמו"ר רבי ישראל מרדכי האט באקרוינט רבי מנחם נחום צו ווערן א רבי.

ר' מנחם נחום האט געעפנט א ישיבה קטנה און א ישיבה גדולה אין בני ברק, און זיי ווערן גערעכנט פון די בעסטע חסידישע ישיבות אין ישראל.[מקור פארלאנגט]

אין זיינע יארן האט מען געעפנט טשערנאבילער שטיבלעך אין ירושלים, בית שמש און אלעד אין ארץ ישראל, און אין לאנדאן און מאנטשעסטער אין ענגלאנד. זיין ברודער, רבי ישעיה טווערסקי, פירט א טשערנאבילער הויף אין בארא פארק, ניו יארק. שפעטער האט זיין ברודער רבי אברהם יהושע העשיל אנגעהויבן פירן אין אשדוד.

רבי מנחם נחום האט באשטימט זיין ברודער רבי יעקב מרדכי אלס רבי פון די טשערנאבילער חסידים אין אלעד. ער האט אנגעמוטיקט זיין ברודער רבי חיים יצחק צו עפענען א שטיבל אין 21סטער עוועניו אין בארא פארק (היינט הייסט עס דער לאיעווער בית מדרש), און דער רבי שיקט דארטן זיינע חסידים.

דער גערער רבי, הרה"ק רבי פנחס מנחם אלטער (דער "פני מנחם") זצ"ל האט אויף אים מעיד געווען אז ער קען פועל'ן ישועות.[3]

דער רבי מישט זיך נישט אריין אין קיין פאליטיק און נעמט נישט סיי וועלכע זייט אין קיין שום מחלוקות.

משפחה

רבי מנחם נחום האט געהייראט מרת נחמה מרים היילפרין פון לאנדאן. זייערע קינדער:

רעפערענצן

  1. שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 59
  2. נפטר געווארן כ' סיון ה'תשע"ב
  3. הצופה.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!