אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סיון"
אין תקציר עריכה |
ק (החלפת טקסט – "({{היברובוקס|{{אוצר החכמה\|)(.*?)עמוד=(.*?)}}" ב־"$1$2page=$3}}") |
||
שורה 16: | שורה 16: | ||
== נאמען == | == נאמען == | ||
[[טעקע:Moritz Daniel Oppenheim - Shavuot (Pentecost) (Das Wochen- oder Pfingst-Fest) - Google Art Project.jpg|קליין|לינקס|אין שבועות פירט מען זיך צו באצירן די שולן מיט ביימער, בלעטער אדער בלומען]] | [[טעקע:Moritz Daniel Oppenheim - Shavuot (Pentecost) (Das Wochen- oder Pfingst-Fest) - Google Art Project.jpg|קליין|לינקס|אין שבועות פירט מען זיך צו באצירן די שולן מיט ביימער, בלעטער אדער בלומען]] | ||
אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש השלישי"{{הערה|{{תנ"ך|שמות|יט|א}}; {{תנ"ך|דברי הימים ב|טו|י}}}}. דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "סיון" אין [[בבל]] און אין [[מעסאפאטאמיע]] בכלל, פון אכד'יש Simānu וואס באדייט א באצייכנטע צייט, ווען די [[פרוכט]]ן אויף די ביימער ווערן רייף אדער ווען דער וועטער איז געאייגנט צו מאכן [[ציגל]]{{הערה|{{צ-מאמר|שם=The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents|קישור=https://www.jstor.org/stable/3259081|כתב עת=Journal of Biblical Literature|שנת הוצאה=1892|עמ=72–94|כרך=11|doi=10.2307/3259081|מחבר=W. Muss-Arnolt}}|כיוון=שמאל}}. אנדערע שפעקולירן אז עס נעמט זיך פון דעם טערמין "סיוונו", מיטן אפטייטש "ווען דער [[זון]] פלאמט אויף"{{הערה|{{אוצר החכמה|קלמן אליעזר פרנקל|עולת החודש|12832| | אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש השלישי"{{הערה|{{תנ"ך|שמות|יט|א}}; {{תנ"ך|דברי הימים ב|טו|י}}}}. דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "סיון" אין [[בבל]] און אין [[מעסאפאטאמיע]] בכלל, פון אכד'יש Simānu וואס באדייט א באצייכנטע צייט, ווען די [[פרוכט]]ן אויף די ביימער ווערן רייף אדער ווען דער וועטער איז געאייגנט צו מאכן [[ציגל]]{{הערה|{{צ-מאמר|שם=The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents|קישור=https://www.jstor.org/stable/3259081|כתב עת=Journal of Biblical Literature|שנת הוצאה=1892|עמ=72–94|כרך=11|doi=10.2307/3259081|מחבר=W. Muss-Arnolt}}|כיוון=שמאל}}. אנדערע שפעקולירן אז עס נעמט זיך פון דעם טערמין "סיוונו", מיטן אפטייטש "ווען דער [[זון]] פלאמט אויף"{{הערה|{{אוצר החכמה|קלמן אליעזר פרנקל|עולת החודש|12832|page=97}}}}. אין די תקופה פון [[גלות בבל]] און [[שיבת ציון]] איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים{{הערה|{{ירושלמי|ראש השנה|א|ב}}}}, און עס ווערט דערמאנט אין [[תנ"ך]]: {{ציטוטון|בַּחֹדֶשׁ הַשְּׁלִישִׁי הוּא-חֹדֶשׁ סִיוָן|{{תנ"ך|אסתר|ח|ט}}}}. | ||
דער נאמען איז אויך געווארן אויסגעטייטשט אלס באצייכנטע צייט אין אידישן זין, ווען [[איד]]ן זענען געווארן באצייכנט פאר השי"ת און זיין [[תורה]]{{הערה|ספר קושיות, אות פ"ח}}, און אלס [[רמז]] צום בארג [[הר סיני|סיני]]{{הערה|ספר קושיות, אות פ"ח; תפלה למשה, פרשת במדבר}}. | דער נאמען איז אויך געווארן אויסגעטייטשט אלס באצייכנטע צייט אין אידישן זין, ווען [[איד]]ן זענען געווארן באצייכנט פאר השי"ת און זיין [[תורה]]{{הערה|ספר קושיות, אות פ"ח}}, און אלס [[רמז]] צום בארג [[הר סיני|סיני]]{{הערה|ספר קושיות, אות פ"ח; תפלה למשה, פרשת במדבר}}. | ||
שורה 23: | שורה 23: | ||
דער [[גלגל המזלות|מזל]] פון דעם חודש איז [[מזל תאומים]]{{הערה|שם=יצירה|[[ספר יצירה]] [https://www.sefaria.org.il/Otzar_Midrashim%2C_Sefer_Yetzirah.5.10 פרק ה' משנה ט']}}, צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די [[זון]] אין דעם חודש{{ביאור|די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן {{קישור שפה|עברית|מישור המילקה|עקליפטיק}}, אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט{{הערה|{{רמב"ם|יסודי התורה|ג|ז}}}}.}}. אין די [[ים המלח מגילות]] פון דער כת פון קומראן איז [[מזל סרטן]] דער מזל פון חודש סיון. | דער [[גלגל המזלות|מזל]] פון דעם חודש איז [[מזל תאומים]]{{הערה|שם=יצירה|[[ספר יצירה]] [https://www.sefaria.org.il/Otzar_Midrashim%2C_Sefer_Yetzirah.5.10 פרק ה' משנה ט']}}, צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די [[זון]] אין דעם חודש{{ביאור|די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן {{קישור שפה|עברית|מישור המילקה|עקליפטיק}}, אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט{{הערה|{{רמב"ם|יסודי התורה|ג|ז}}}}.}}. אין די [[ים המלח מגילות]] פון דער כת פון קומראן איז [[מזל סרטן]] דער מזל פון חודש סיון. | ||
לויט דער [[זוהר]], איז חודש סיון קעגן [[שבט לוי]]{{הערה|{{זוהר|א|קעג|א}}. אזוי שטייט אויך אין [https://maagarim.hebrew-academy.org.il/Pages/PMain.aspx?mishibbur=939001&page=4 קידוש ירחים לחודש סיון] פון רבי פינחס ברבי יעקב הכהן; פירוש הראב"ד אויף ספר יצירה; מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'; סידור בית יעקב להיעב"ץ, שער המזרח; ויקח משה, נאך פרשת ויחי.}}. לויט אנדערע, איז עס קעגן [[שבט זבולון]]{{הערה|{{ילקוט שמעוני|שמות|תיח}}; {{היברובוקס|רבי יוסף ג’יקטיליה|שערי אורה|20243|סוף שער ה'|עמוד=135}}; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר.}}, אדער קעגן [[שבט דן]]{{הערה|יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'}}, אדער קעגן [[שבט יהודה]]{{הערה|רסיסי לילה אות ל"ט}}, אדער קעגן [[שבט אפרים]]{{הערה|{{היברובוקס|רבי אברהם בן עזריאל|ערוגת הבושם|20833|חלק א' עמוד 289| | לויט דער [[זוהר]], איז חודש סיון קעגן [[שבט לוי]]{{הערה|{{זוהר|א|קעג|א}}. אזוי שטייט אויך אין [https://maagarim.hebrew-academy.org.il/Pages/PMain.aspx?mishibbur=939001&page=4 קידוש ירחים לחודש סיון] פון רבי פינחס ברבי יעקב הכהן; פירוש הראב"ד אויף ספר יצירה; מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'; סידור בית יעקב להיעב"ץ, שער המזרח; ויקח משה, נאך פרשת ויחי.}}. לויט אנדערע, איז עס קעגן [[שבט זבולון]]{{הערה|{{ילקוט שמעוני|שמות|תיח}}; {{היברובוקס|רבי יוסף ג’יקטיליה|שערי אורה|20243|סוף שער ה'|עמוד=135}}; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר.}}, אדער קעגן [[שבט דן]]{{הערה|יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'}}, אדער קעגן [[שבט יהודה]]{{הערה|רסיסי לילה אות ל"ט}}, אדער קעגן [[שבט אפרים]]{{הערה|{{היברובוקס|רבי אברהם בן עזריאל|ערוגת הבושם|20833|חלק א' עמוד 289|page=308}}}}. | ||
חודש סיון איז קעגן דעם אות [[ז]]{{הערה|שם=יצירה}}. | חודש סיון איז קעגן דעם אות [[ז]]{{הערה|שם=יצירה}}. |
רעוויזיע פון 12:14, 12 נאוועמבער 2023
סיון איז דער ניינטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער דריטער חודש ציילנדיג פון ניסן.
חודש סיון פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן מאי-יוני אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, ביי די ענדע פון סעזאן פון פרילינג אין דעם צפון האלבקיילעך און פון הערבסט אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש כסלו אין צפון האלבקיילעך).
אין טייל יארן, פאלט אויס תקופת תמוז אין דעם חודש.
אין דער לוח
אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז סיון אלעמאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג[1]. דער פאריגער חודש איז אלעמאל א "חודש חסר", מיט 29 טעג, און ראש חודש סיון באשטייט דעריבער פון איין טאג, א' סיון[1]. חודש סיון קען זיך אנהייבן אין א זונטאג, דינסטאג, מיטוואך אדער פרייטאג[2].
אין די צייטן וואס מען האט באשטימט די חדשים על פי הראייה, פלעגן די שליחים פון בית דין נישט ארויספארן צו די ווייטע פלעצער מודיע צו זיין ווען מען האט באשטימט ראש חודש סיון, כאטש עס איז דא דערין דער יום טוב שבועות, וויבאלד דער יום טוב ווענדט זיך בלויז אין די טעג פון ספירת העומר[3].
נאמען
אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש השלישי"[4]. דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "סיון" אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, פון אכד'יש Simānu וואס באדייט א באצייכנטע צייט, ווען די פרוכטן אויף די ביימער ווערן רייף אדער ווען דער וועטער איז געאייגנט צו מאכן ציגל[5]. אנדערע שפעקולירן אז עס נעמט זיך פון דעם טערמין "סיוונו", מיטן אפטייטש "ווען דער זון פלאמט אויף"[6]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[7], און עס ווערט דערמאנט אין תנ"ך: ”בַּחֹדֶשׁ הַשְּׁלִישִׁי הוּא-חֹדֶשׁ סִיוָן” (אסתר ח, ט).
דער נאמען איז אויך געווארן אויסגעטייטשט אלס באצייכנטע צייט אין אידישן זין, ווען אידן זענען געווארן באצייכנט פאר השי"ת און זיין תורה[8], און אלס רמז צום בארג סיני[9].
סימבאלן און אייגנשאפטן
דער מזל פון דעם חודש איז מזל תאומים[10], צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די זון אין דעם חודש[א]. אין די ים המלח מגילות פון דער כת פון קומראן איז מזל סרטן דער מזל פון חודש סיון.
לויט דער זוהר, איז חודש סיון קעגן שבט לוי[12]. לויט אנדערע, איז עס קעגן שבט זבולון[13], אדער קעגן שבט דן[14], אדער קעגן שבט יהודה[15], אדער קעגן שבט אפרים[16].
חודש סיון איז קעגן דעם אות ז[10].
דער צירוף פון שם הוי"ה אין דעם חודש איז יוה"ה[17], וואס גייט ארויס פון פסוק ”יְדֹתָיו וּלְצֶלַע הַמִּשְׁכָּן הַשֵּׁנִית”[18].
דער מלאך אוריאל הערשט איבער דעם חודש[19].
דער ערשטער האלב חודש ענדיגט די צייט פון "קציר", און דער צווייטער האלב חודש הייבט אן די צייט פון "קיץ", וועלכע ווערן דערמאנט אין פסוק[20] ”זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ”[21].
דינים און מנהגים
לויט איין דעה, טוט מען נישט באשטימען קיין דין תורה אין חודש סיון, וויבאלד דער בעל דין איז פארנומען מיט'ן יום טוב[22].
מועדים וזמנים
- ספירת העומר – די לעצטע פינף פון די 49 טעג, וועלכע דארפן געציילט ווערן צווישן פסח און שבועות
- שלשת ימי הגבלה – ג'-ה' סיון, אן אנדענק צו די טעג ווען אידן האבן זיך געגרייט צום מעמד הר סיני
- שבועות – דער צווייטער פון די שלש רגלים, וואס פאלט אויס אום ו'-ז' סיון
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכות ד'–ה'
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
- ↑ ראש השנה יח, א
- ↑ שמות יט, א; דברי הימים ב' טו, י
- ↑ W. Muss-Arnolt, "The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents", Journal of Biblical Literature 11, 1892, עמ' 72–94 doi: 10.2307/3259081
- ↑ קלמן אליעזר פרנקל, עולת החודש (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
- ↑ ספר קושיות, אות פ"ח
- ↑ ספר קושיות, אות פ"ח; תפלה למשה, פרשת במדבר
- ↑ 10.0 10.1 ספר יצירה פרק ה' משנה ט'
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
- ↑ ספר הזוהר, חלק א, דף קע"ג, עמוד א'. אזוי שטייט אויך אין קידוש ירחים לחודש סיון פון רבי פינחס ברבי יעקב הכהן; פירוש הראב"ד אויף ספר יצירה; מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'; סידור בית יעקב להיעב"ץ, שער המזרח; ויקח משה, נאך פרשת ויחי.
- ↑ ילקוט שמעוני, שמות, רמז תי"ח;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יוסף ג’יקטיליה, שערי אורה, סוף שער ה'; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר. - ↑ יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'
- ↑ רסיסי לילה אות ל"ט
- ↑ רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבושם, חלק א' עמוד 289
- ↑ אר"י, פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'
- ↑ שמות כו, יט–כִ
- ↑ ספר הזוהר, פרשת יתרו
- ↑ בראשית ח, כב
- ↑ בבא מציעא קו, ב
- ↑ בית יוסף, חושן משפט, סימן ה', לויט דער רי"ף
חדשים פון יאר | ||
---|---|---|
|