אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספר יוסיפון"
ק (←ווערסיעס: פארברייטערט, הגהה) |
(←איבערזעצונגען: פארברייטערט) |
||
שורה 43: | שורה 43: | ||
==איבערזעצונגען== | ==איבערזעצונגען== | ||
ספר יוסיפון איז איבערגעזעצט געווארן אין אסאך | ספר יוסיפון איז איבערגעזעצט געווארן אין אסאך שפראכן. גרויסע טיילן דערפון זענען איבערגעזעצט געווארן אויף [[אראביש]] שוין אזוי פריה ווי דער [[11'טע יארהונדערט]], און עס ווערט שוין דערמאנט דורכן [[שפאנישן]] [[מוסלעמענער]] געלערנטר [[אבן חזם]]{{הערה|[[#פלוסר|פלוסר]], זייט 10}}. אין אראביש הייסט דער ספר "כתאב יוסף בן קוריון", און עס איז איבערגעזעצט געווארן דורך א [[תימנ]]'ער איד מיטן נאמען זכריא בן סעיד{{הערה|שם=דסלע|דארט=סלע|סלע, דארט זייט טו}}. פון אראביש איז עס איבערגעזעצט געווארן אויף [[געז]] אלץ "זיינא איהוד"{{הערה|Max Schloessinger, “[https://www.jewishencyclopedia.com/articles/15205-zechariah-ibn-sa-id-al-yamani Zechariah Ibn Sa'id Al-Yamani]”, ‘’’[[The Jewish Encyclopedia]]’’’. New York: Funk & Wagnalls. 1901–1906}}, און האט באקומען א פראמינענטע פארהייליגטע ארט ביי די [[אטיאפישע קריסטן]] | ||
ספר יוספון איז איבערגעזעצט געווארן צו לאטייניש אין באזעל איר יאר [[1541]]{{הערה|[[#ולנס|ווילנסקי]], זייט 42}}, צו [[דייטש]] אין יאר [[1530]], אויף אויף [[אידיש]]-דייטש אין יאר [[1546]] אין [[ציריך]]{{הערה|[[#הברמן|הברמן]], זייטן קעב}}. דער איבערזעצער אויף אידיש איז געווען א [[משומד]] מיטן נאמען מכאל אדם, און עס איז געדרוקט געווארן מיט אילוסטרירונגען. אין [[אמסטרדאם]] אין יאר [[1743]] איז געדרוקט געווארן נאך א אידישע אויפלאגע אונטער דער נאמען "כתר כהונה", און צו דעם האט מען צוגלייגט דעם חיבור "שארית ישראל-כתר מלכות" פון רבי מנחם מן אמלנדר, איבער די אידישע היסטאריע נאכן [[חורבן בית שני]]{{הערה|[[#הברמן|הברמן]], זייטן קעו-קעח}}. א היינטיגע אידישע אויפלאגע פון יוסיפון איז ערשינען אין יאר תש"פ דורך פנחס גלויבער אונטער הוצאת געוואלדיג. עס איז באזונדער איבערגעארבעט לויט מסורת חז"ל, פארברייטערט לויט די ארגענעלע ווערק פון יוסף בן מתתיהו, און באגלייט מיט מפות און בילדער{{הערה|[[#גלויב|גלויבער]] זייט 11}}. | |||
==פארלעסליכקייט און קאנרטעווערסיע== | ==פארלעסליכקייט און קאנרטעווערסיע== |
רעוויזיע פון 19:24, 29 אקטאבער 2023
ספר יוסיפון (אויך: ספר יוסף בן גוריון, ספר בן גוריון, ספר יוסף הכהן) איז א כראניק וואס איז מיוחס צו "יוסף בן גוריון", וואס איז וויאזוי דער חיבור רופט יוסף בן מתתיהו. דער ספר דעקט בעיקר די צייט פון בית שני, מיט א גרויסע געוויכט אויפן חורבן. ווי פארשער נעמען היינט אן, איז עס א זאמלנוג פון איבערגעזעצטע שטיקלעך פון די ווערק פון יוסף בן מתתיהו דורך די לאטיינישע איבערזעצונג; און עס איז געשריבן געווארן אין דרום איטאליע אין די 10'טע יארהונדערט.
טראץ געוויסע קאנטרעווערסיעס, איז דער ספר פאררעכנט צו זיין גאר פארלעסליך נאך פון די צייטן פון די ערשטע ראשונים.
דער ספר פון דער קאנסטאנטינאפאלער דורק און ווייטער, האט 6 ביכער און 97 קאפיטלען.
נאמען
אין די כתבי יד, אין די פריע דרוקן און אין די ראשונים, הייסט דער ספר בעיקר "ספר יוסף בן גוריון", צו דער זייט פון "יוסיפון"[1]; אין די שפעטערע דרוקן האט דער נאמען "יוסיפון" אינגאנצן איבערגענומען. דאס ווארט "יוסיפון" איז א לשון קודש ווערסיע פון "יאסעפוס", וואס איז די נאמען פון יוסף בן מתתיהו אין גריכיש [2]. רבי יהודה משקיני און רבי תם ב"ר דוד אבן יחיא (ה'ר"ל-ה'ש"ב) שרייבן אין זייערע הקדמות צו ספר יוסיפון, אז יוסף בן גוריון האט זיך גערופן מיטן לשון-קודש'דיגן פארקלענערונגס פארעם "יוסיפון", אויס ענווה[3].
מחבר
פילע נעמען אן אז דער מחבר פון ספר יוסיפון איז יוסף בן מתתיהו, וואס ווערט אנגערופן אין יוסיפון "יוסף בן גוריון"[4] (אין די צייטן פונעם חורבן איז אייגנטליך געווען א הויכראנקיגע פערזענליכקייט מיט דעם נאמען[5]). די מיינוג שטאמט פון די פארשפרייטע ווערסיע פון ספר יוסיפון, וואס איז א שפעטערע און פארברייטערטער. די רעפרענצן צו יוסף בן מתתיהו'ס ווערק זענען אין דעם ווערסיע אין א לשון מדבר בעדו, אנדייטנדיג אז יוסף בן מתתיהו זעלבסט איז דער מחבר פון ספר יוסיפון[6]. יוסף בן מתתיהו דערציילט אין זיין גריכישע ווערק איבער אן אידישע היסטאריע בוך וואס ער האט פארפאסט "אין די שפראך פון די עלטערן"[7], און ספר יוסיפון געבט אן אז ער איז יענעם חיבור
ויתר דבריו הלא הם כתובים על ספר מלכי מדי ופרס, ועל ספרי אני יוסף הכהן בן גוריון הכהן אשר כתבתיו לרומיים, והוא הספר הנקרא יוסיפוס. ואני הוא יוסף בן גוריון אשר הגלו אותו טיטוס ואספסינוס מירושלים. גם דברי כורש כתובים עוד על ספרי מלכי הרומיים. והנה זה הספר אני יוסף בן גוריון הכהן כתבתיו לישראל
— ספר יוסיפון פרק שלישי
.
דער חיד"א שרייבט, אז "יוסף הכהן" וואס ווערט דערמאנט אין די משנה אין מסכת מקואות אלץ שרייבער[8], איז יוסף בן גוריון דער מחבר פון ספר יוסיפון[9]. ענדליך שרייבט רבי יוסף שאול נאטאנזאהן לגבי "יוסף הכהן" וואס ווערט דערמאנט אין די גמרא מסכת זבחים[10]. רבי תם ב"ר דוד אבן יחיא (ה'ר"ל-ה'ש"ב) שרייבט אין זיין הקדמה צו ספר יוסיפון[11], אז יוסף איז געווען א ברודער פון נקדימון בן גוריון, איינער פון די דריי עשירים אין די צייטן פון די חורבן וואס ווערן דערמאנט אין פרק הניזקין[12]. דער אברבנאל שרייבט אז ער איז גאר געווען רבי יוסי הכהן, איינער פון די פינף גרויסע תלמידים פון רבי יוחנן בן זכאי[13].
אין די עלטערע ווערסיעס פון ספר יוסיפון איז אבער קלאר אז דער חיבור איז בלויז א זאמלונג פון שטיקלעך, וואס דער מלקט האט איבערגעזעצט פון די גריכישע ווערק פון יוסף בן מתתיהו – "יוסף בן גוריון"[14]. דער מחבר טוט רעפערירן צו די ווערק פון "יוסף בן גוריון" בלשון נסתר, ער טוט פונאנדערשיידן צווישן זיך אין יוסף. אויף איין פאלץ דערציילט ער קלאר איבער די מהות פון זיין ווערק:
ואני ליקטתי דברים מספר יוסף בן גוריון ומספרי סופרים אחרים אשר כתבו מעשה אבותינו, ואיגדתי אותם במגילה אחת.
— ספר יוסיפון, כתב יד ירושלים[15]
ווי עס איז אנגענומען ביי א מערהייט פארשער, איז ספר יוסיפון פארפאסט געווארן אין דרום איטאליע. דוד פלוסער ווייזט אויף איין כתב יד, וואו עס ווערט אנגעגעבן אז דער מחבר האט עס געשריבן אין יאר תתפ"ה לחורבן הבית (ד'תשי"ד)[14]. פון דער אנדערע זייט, ווערט "ספר יוסף בן גריון כהן גדול" דערמאנט אין די פירוש אוף ספר יצירה פון רבי דונש בן תמים וואס איז געשריבן געווארן ארום יאר דתש"כ[16]; און געוויסע האלטן אז רבי סעדיה גאון האט שוין געהאט ספר יוסיפון פאר זיך[17]. אנדערע פערדערן די צייט פונעם מחבר צום פערדע יארהונדערט למספרם[18], אדער גאר בעפאר חתימת התלמוד[16].
אינהאלט
אין די פארשפרייטע ווערסיע, איז דער חיבור צוטיילט אין זעקס ביכער און 97 קאפיטלען.
- "ספר ראשון" דעקט אין קורצן די געבורט און אנטוויקלונג פון די זיבעציג פעלקער, די היסטאריע פון רוים, גלות בבל און גלות פרס ומדי. עס דעקט אויך אומבאקאנטע געשיכטעס פון דניאל און זרובבל;
- "ספר שני" דעקט די צייטן פון אלכסנדר מוקדון און זיינע נאכפאלגער;
- "ספר שלישי" דעקט די תקופה פון אנהייב בית שני ביז די צייט פון די חשמונאים;
- "ספר רביעי" דעקט די קעניגרייך פון די חשמונאים;
- "ספר חמישי" דעקט די ברידער קריג צווישן די חשמונאים, און די קעניגרייך פון הורדוס;
- "ספר שישי" דעקט די געשיכטע פונעם חורבן בית המקדש.
דער ספר איז באזירט מערסטענס אויף די ווערק פון יוסף בן מתתיהו אין גריכיש, און דער מחבר האט לכאורה גענוצט א לטיינישע איבערזעצונג, און די ווערק פון העגעסיפוס[18][19]. דער מחבר האט זיך אבער אויך באזירט אויף אנדערע קוועלער, ווי תנ"ך, מדרשי חז"ל, ספרים החיצונים[20] און אלגעמיינע היסטאריע ביכער[21]. די שילדערונג פון א קרוינונג פון א רוימישן קייזער וואס יוסיפון דעטאלירט אין קאפיטל עו, איז לויט טייל אן ערשטהאנטיגע באריכט פון דער קרוינונג פון אטא דער ערשטער (912-973)[22].
דער ספר איז געשריבן אין א לויטערן מקרא'ישן לשון קודש, אריבערגייענדיג צו פאעזיעשע פראזעס ביי הויכפונקטן. דער ספר האט אויך אייגנארטיגע אומבאקאנטע ווערטער, שורשים און מארפאלאגיעס[23].
ווערסיעס
די עלטסטע ווערסיע וואס איז ווארשיינליך די נענטסטע צו די ארגענעלע, געפונט זיך אין עטליכע כתבי יד וואס זענען מעתיק פון "רבינו גרשום הגדול מכתיבת ידו", ווי אויך אין ספר הזכרונות לירחמיאל. אין דער ווערסיע ווערט "יוסף בן גוריון" דערמאנט ווי א מקור צום אינהאלט פונעם ספר, נישט ווי דער פארפאסער זעלבסט. גאר ענדליך איז די ווערסיע אין די מאנטאווער דורק פון יאר ה'ר"מ דורך אברהם כונת; עס איז ענדליך צום ערשטן, אבער יוסף בן גוריון'ס נאמען ווערט אינגאנצן נישט דערמאנט דערין אויסער אינעם נאמען פונעם ספר[24].
די פארשפרייטע ווערסיע איז די פון רבי יהודה אבן משקוני (געבוירן ה'קפ"ח). די ווערסיע איז פיל מער פארברייטערט, ענטהאלט פילע שינויים און טוישונגען, און איז מיט א דריטל גרעסער ווי דער מאנטאווער דרוק[25]. אזוי אויך זענען די ערווענונגען צו יוסף בן גוריון געטוישט געווארן, אזוי אז עס טוט אנדייטן אז יוסף בן גוריון זעלבסט איז דער מחבר פון דעם ספר[6]. רבי יהודה אבן משקוני שרייבט אין זיין הקדמה, אז ער האט געהאט פאר זיך עטליכע נסחואות, און ער האט פון זיי צוזאמען געשטעלט זיין נוסח וואס ענטהלאט אלע געשיכטעס און אלע דעטאלן פון אלע ווערסיעס[26]. דער קאנסטאנטינאפאלער דרוק פון יוסיפון פון יאר ה'ר"ע דורך רבי תם אבן יחיא, איז באזירט אויף זיין כתב יד[27].
די ווערסיע פון די וויניציע דרוק איז באזירט אויף דער קאנסטאנטינאפאלער; אבער איז מוגה און איבערגעארבעט לויט די מאנטובער דרוק, און לכאורה אויך לויט כתבי יד וואס זיי האבן געהאט. אלע שפערטערע מהדורות האבן איבערגעדרוקט די וויניציער דרוק[27].
אין יאר תש"ז האט דוד פלוסער אנגעהויבן ארבעטן אויף א וויסנשאפטליכע אויפלאגע פון ספר יוסיפון. יענעם יאר איז ערשינען א "קונטרס לדוגמא של ספר יוסיפון במהדורה מתוקנת ומוגהת על פי כתבי יד שונים ושני הדפוסים הראשונים בידי דוד פלוסר בעריכת יצחק בער", און אין יאר תשל"ח איז ערשינען אן עקאלאקטישע אויפלאגע פון ספר יוסיפון, וואו פלוסער פרובירט צו ערצייגן דעם ארגענעלעם נוסח פונעם ספר[28]. אינצווישן איז ערשינען מהדורת הומינר, רעדאגירט דורך אברהם יוסף ווערטהיימער און שמואל דוד מונק, וועלכע איז געווארן זייער פראמינענט און באקאנט[16].
איבערזעצונגען
ספר יוסיפון איז איבערגעזעצט געווארן אין אסאך שפראכן. גרויסע טיילן דערפון זענען איבערגעזעצט געווארן אויף אראביש שוין אזוי פריה ווי דער 11'טע יארהונדערט, און עס ווערט שוין דערמאנט דורכן שפאנישן מוסלעמענער געלערנטר אבן חזם[29]. אין אראביש הייסט דער ספר "כתאב יוסף בן קוריון", און עס איז איבערגעזעצט געווארן דורך א תימנ'ער איד מיטן נאמען זכריא בן סעידציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref>
טאג; נאמען "דסלע" דעפינירט מערערע מאל מיט אנדער אינהאלט. פון אראביש איז עס איבערגעזעצט געווארן אויף געז אלץ "זיינא איהוד"[30], און האט באקומען א פראמינענטע פארהייליגטע ארט ביי די אטיאפישע קריסטן
ספר יוספון איז איבערגעזעצט געווארן צו לאטייניש אין באזעל איר יאר 1541[31], צו דייטש אין יאר 1530, אויף אויף אידיש-דייטש אין יאר 1546 אין ציריך[32]. דער איבערזעצער אויף אידיש איז געווען א משומד מיטן נאמען מכאל אדם, און עס איז געדרוקט געווארן מיט אילוסטרירונגען. אין אמסטרדאם אין יאר 1743 איז געדרוקט געווארן נאך א אידישע אויפלאגע אונטער דער נאמען "כתר כהונה", און צו דעם האט מען צוגלייגט דעם חיבור "שארית ישראל-כתר מלכות" פון רבי מנחם מן אמלנדר, איבער די אידישע היסטאריע נאכן חורבן בית שני[33]. א היינטיגע אידישע אויפלאגע פון יוסיפון איז ערשינען אין יאר תש"פ דורך פנחס גלויבער אונטער הוצאת געוואלדיג. עס איז באזונדער איבערגעארבעט לויט מסורת חז"ל, פארברייטערט לויט די ארגענעלע ווערק פון יוסף בן מתתיהו, און באגלייט מיט מפות און בילדער[34].
פארלעסליכקייט און קאנרטעווערסיע
ספר יוסיפון איז געווען פאררעכנט אלץ א שטארקע פארלעסליכע מקור ביי די ראשונים, וואס האבן עס אראפ געברעגנט מערערע מאל אין זייערע חיבורים. ספר יוסיפון ווערט שוין געברענגט אין מדרש לקח טוב[35], און דורך רש"י פילע מאל[36], בפרט אין זיין פירוש אויף דניאל[37]. אזוי אויך ברענגן אים די בעלי התוספות[38], דער אבן עזרא[39], רד"ק, רז"ה, רמב"ן[40] און פילע נאך[41].
פון דער אנדערע זייט שרייבט דער אברבנאל, אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף יוסיפון, ווייל ער זיך סותר מיט די ווערטער פון חז"ל, און צומאל אויך מיט אפענע פסוקים. דער אברבנאל שרייבט אז ער האט זיך פרובירט צו חנפ'נען צו די רוימער, און דערפאר האט ער געשריבן זאכן וואס זאל זיי שמעקן. אויך רבי משה זכות אין ספר היוחסין זאגט אז ער פארלאזט זיך נישט אויף אים, טראץ וואס אנדערע טוען יא, ווייל ער שרייבט גרויסע גוזמאות און מאכט חשבונות וואס שטימען נישט מיט די פשוט פשט אין די תורה.
רבי צדוק הכהן פון לובלין האט געשריבן, אז יוסיפון האט ערליך נאכגעשריבן וואס ער האט מיטגעהאלטן און פארשטאנען; נאר עס איז אוממעגליך אפילו פאר איינער פון יענע צייט צו וויסן אלע פרטים גענוי. נאר חז"ל האבן מיט רוח הקודש געקענט שרייבן אלעס מיט א פונקטליכקייט. דער צמח דוד שרייבט אז כאטש וואס טייל פון זיינע ווערטער זענען זיך סותר מיט חז"ל, דארף מען וויסן אז ער איז געווען א גרויסע מאן, און דערפאר האבן געוויסע חכמים פארענטפערט די אלע שינוי אז עס זאל נישט זיין קיין סתירה.
א שטארקע קאנטרעווערסיע איז דא לגבי דעם וואס ער לויבט אויס טיטוס אלץ פיינער און ארנטליכע מאן, און אז ער האט לכתחילה נישט געוואלט חרוב מאכן דעם בית המקדש; אנדערש ווי וואס ווערט דערציילט אין גמרא איבער זיין רשעות. געוויסע שרייבן אז ער איז געווען געצוואונגען אזוי צו שרייבן, זייענדיג אונטער די רוימער. דער מהר"ל מפראג שרייבט אז ס'איז ייתכן אז יוסיפון איז גערעכט, און כלפי חוץ האט טיטוס טאקע זיך אויפגעפירט ווי א פיינער מאן. אויך שרייבט דער מהר"ל, אז ייתכן אז טיטוס האט טאקע נישט געוואלט חרוב מאכן דעם בית המקדש, כדי ער זאל עס קענען נוצן פאר זיינע צוועקן, און דער מהר"ל גייט אריין מסביר צו די גמרא'ס שילדערונג בדרך משל צו טיפערע ענינים.
דער ב"ח שרייבט אז מען מעג ליינען ספר יוסיפון אום שבת, ווייל עס ברענגט.... דער יעב"ץ שרייבט אז גרויסע טיילן פון ספר יוסיפון זענען הוספות פון מעתיקים וואס האבן צוגעלייגט פוסטע לעגענדעס איבער נקתניבור און אלכסנדרוס מוקודון, און דאס טאר מען נישט ליינען אפילו אינדערוואכן.
צו ליינען מער
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אברהם יוסף ווערטהיימער, "מבוא לספר יוסיפון", יוסיפון מהדורת הומינר, ירושלים, תשט"ז, זייטן 10–27- דוד פלוסר, ספר יוסיפון, הנוסח המקורי צילום כתב־יד ירושלים עם הוספות, ירושלים, תשל"ט
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע טוביה פרשל, "ספר יוסיפון", מאמרי טוביה ד, ירושלים, תשע"ט, זייטן קע-קעב- יואל הכהן פריעד, יפה נוף לימי בין המצרים, ברוקלין, תשע"ח, זייטן רלא-רלט.
- ריטשערד גאטהייל, "Joseph ben Gorion", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
רעפערענצן
- ↑ ווי אין ערוך ערך איסתירא
- ↑ ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןדסלע
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יהודה אבן משקוני, "הקדמה ליוסיפון מר"י משקוני מכ"י אשר ברומא", אוצר טוב תרל"ז-תרל"ח, בערלין, זייטן 023-017רבי תם אבן יחיא, יוסיפון, ליוורנו, תקנ"ד, הקדמה. - ↑ ווערטהיימער, זייט 24
- ↑ יוסף בן מתתיהו, מלחמות היהודים, ספר ב, פרק יט.
- ↑ 6.0 6.1 פלוסר, זייט 12
- ↑ יוסף בן מתתיהו, מלחמות היהודים, ספר א, פרק א
- ↑ משנה, מקואות י, א.
- ↑ רבי חיים יוסף דוד אזולאי, פתח עינים מקוואות י, א.
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יוסף שאול נאטאנזאהן, דברי שאול חידושי אגדות, לעמבערג, תרל"ז, דף פד עמוד ב. - ↑ יוסיפון, הקדמת הרב תם אבן יחיא.
- ↑ גיטין נו, א.
- ↑ רבי דון יצחק אברבנאל, נחלת אבות על מסכת אבות פרק ב משנה ח.
- ↑ 14.0 14.1 פלוסר, זייט 14; גלויבער, זייט 10
- ↑ כתב יד ירושלים אויף די וועבזייטל פון הספריה הלאומית
- ↑ 16.0 16.1 16.2 פרשל, זייט קע
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע שולמית סלע, "זיכרונות התקופה החשמונאית בספרות הערבית היהודית של ימי הביניים", מיכאל 14, תל אביב, תשנ"ז, זייט כב; ווערטהיימער, זייט 24 - ↑ 18.0 18.1 אידישע ענציקלאפעדיע
- ↑ פלוסר, זייט 23 און 31
- ↑ פלוסר, זייט 24 און 32;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע א. א. נוימן, "158444 יוסיפון והספרים החיצונים", ספר אסף, ירושלים, תשי"ג, זייטן 391-403. - ↑ פלוסר, זייט 7 און 24; כהנא, זייטן 141-142.
- ↑ פלוסר, זייט 15; כהנא, זייטן 141-142; אידישע ענציקלאפעדיע
- ↑ אידישע ענציקלאפעדיע; ווערטהיימער, זייטן 22-23; כהנא, זייטן 141
- ↑ פלוסר, זייט 11
- ↑ הברמן, זייט קעו
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יהודה אבן משקוני, "הקדמה ליוסיפון מר"י משקוני מכ"י אשר ברומא", אוצר טוב תרל"ז-תרל"ח, בערלין, זייטן 023-017. - ↑ 27.0 27.1 ווערטהיימער, זייט 22
- ↑ הברמן, זייט קעט
- ↑ פלוסר, זייט 10
- ↑ Max Schloessinger, “Zechariah Ibn Sa'id Al-Yamani”, ‘’’The Jewish Encyclopedia’’’. New York: Funk & Wagnalls. 1901–1906
- ↑ ווילנסקי, זייט 42
- ↑ הברמן, זייטן קעב
- ↑ הברמן, זייטן קעו-קעח
- ↑ גלויבער זייט 11
- ↑ רבי טוביה בן אלעזר, מדרש לקח טוב מגיל אסתר, פרק ה
- ↑ ווי אין: ברכות מג, א; בבא בתרא ג, ב; און נאך
- ↑ ווי אין: דניאל ו, כט; ז, ו; ח, יא; יא, ב; און נאך
- ↑ ווי אין: עבודה זרה י, ב.
- ↑ ווי אין:
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך
'אן: שם' אינו ערך חוקי חגי ב, ט. - ↑ ווי אין: בראשית מט, לא.
- ↑ זע: ווערטהיימער זייט 24 און ווייטער