אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מיקלאש הארטי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (הוספת קישור בינוויקי he:מיקלוש הורטי)
ק (דעסקריפציע)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש=Regent of Hungary from 1920 to 1944|דייטש=ungarischer Militär und Politiker|}}
'''מיקלאש הארטי''' (דעם 18טן יוני 1868- 9טן פעברואר 1957) איז געווען דער [[אונגארן|אונגארישער]] [[פרעזידענט]], וואס האט געפירט אלס מאנארכיע, פון נאך דער [[ערשטער וועלט מלחמה]], כמעט ביז דער ענדע פון דער [[צווייטער וועלט מלחמה]].
'''מיקלאש הארטי''' (דעם 18טן יוני 1868- 9טן פעברואר 1957) איז געווען דער [[אונגארן|אונגארישער]] [[פרעזידענט]], וואס האט געפירט אלס מאנארכיע, פון נאך דער [[ערשטער וועלט מלחמה]], כמעט ביז דער ענדע פון דער [[צווייטער וועלט מלחמה]].


שורה 45: שורה 46:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:מיקלוש הורטי]]
[[he:מיקלוש הורטי]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]

רעוויזיע פון 22:28, 23 אקטאבער 2023

מיקלאש הארטי (דעם 18טן יוני 1868- 9טן פעברואר 1957) איז געווען דער אונגארישער פרעזידענט, וואס האט געפירט אלס מאנארכיע, פון נאך דער ערשטער וועלט מלחמה, כמעט ביז דער ענדע פון דער צווייטער וועלט מלחמה.

לעבנסגעשיכטע

זיין פולער נאמען איז וויטייזש נידזשבאניע מיקלאש הארטי.ער איז געבוירן צו אן אדעליגער אונגארישער פאמיליע, און דערפאר האט ער באקומען זיין בילדונג, און א שולע פאר קינדער פון קאמאנדירן, אין דער עסטרייך־אונגארישער אימפעריע.

ער איז געווארן אן אפיציר אין די ים קרעפטן, פון די עסטרייך מיליטער, אינעם יאר 1886, ביזן יאר 1907, איז ער געווען א גענעראל, אויפן לאגיסטישן טייל פון די מיליטערישע שיפן.

נאכדעם איז ער געווארן, דער סעקרעטאר פון פראנץ יאזעף דער ערשטער, ביזן ערשטע וועלט מלחמה, ווי ער האט קאמאנדירט אויפן דרום פראנט, און ער האט געווינען קעגן די איטאליענער, און ער איז פארווונדעט געווארן, אין א קאמף, דערנאך איז געווארן אדמיראל אלס אויסצייכענונג, און איז געווארן הויפט גענעראל פון די ים קרעפטן פון דער אימפעריע, ביז דער ענדע פון דעם קריג.

פאליטיק

אין דעם 16 נאוועמבער 1918, איז אויפגעשטעלט געווארן די אונגארישע רעפובליק, דורך מיהאלי קארוי, אבער נאכן פארלירן אסאך שטחים צו די לענדער ארום, און פארלירנדיג א דורכגאנג צו א ים, איז אן אדמיראל נישט געווען צו וויכטיג פארן לאנד, דאך איז הארטי געווען א גיבור ביים פאלק, דער רעגירונג פון קארוי האט רעזיגנירט, אין מערץ 1919, און א קאמוניסטישע רעגירונג, מיטן אנפירערשאפט פון בילא קאהן, איז ארויף אויפן מאכט, די קאמוניסטן זענען געווען ביי די מאכט 133 טעג, און נאכדעם איז הארטי מיט זיין ווייסע ארמיי, צוזאמען מיטן רומעניעשן ארמיי, אנגעקומען קיין בודאפעשט, און ביז אנהייב יאר 1920, האבן זיי אויסגעטיילט צרות פאר אידן אין די געגנט.

אין מערץ האט די נאציאנאלע אסעמבלי דערקלערט הארטי, אלס רעגירער פון דער אונגארישער רעפובליק.

זיינע פאליטישע מיינונגען איז געווען ראדיקאל רעכט, און אנטיסעמיטיש, אבער יידישע רעכטן אין אונגארן, זענען געווען גאנץ גוט, ווי אין לענדער אזויווי פוילן, ביז סוף 1930 יארן, ווען אונגארן האט גענויגט צו דייטשלאנדס זייט.

ער האט נישט געהאלטן פון מאסן פארניכטיגונג, זיין ציל מיטן זיין אליאירט מיט היטלער איז געווען צוריק באקומען די שטחים, וואס אונגארן האט פארלוירן, ביי דער ערשטער וועלט מלחמה.

אין זיין רעגירונג איז געווען ערלויבט אנדערע פארטייען, אויסער קאמוניסטן, וואס זענען געווארן אומלעגאל, די באפעלקערונג אין אונגארן, איז געווען גאנץ צופרידן פון זייער רעגירער.


צווייטע וועלט מלחמה

זייענדיק אליאירט מיט דייטשלאנד, האט די אונגארישע ארמיי אטאקירט רוסלאנד, אין אפעראציע בארבאראסע, אין יענע יארן איז ארויסגעקומען געזעצן, וואס זענען געווען געצילט קעגן אידן, אבער ער האט נישט געלאזט די אידן אריבער צו גיין אין געטאס ווי די נאציס האבן פארלאנגט, אבער ער האט געמאכט ארבעטס לאגערן, ווי אידן האבן געמוזט גיין אויף צוואנגס ארבעט, ארויס צו העלפן די מיליטער, צענדליגע  טויזנטער אידן זענען אומגעקומען אין די לאגערן.

אין 1944 זענען די נאציס אריין אין אונגארן, ווייל הארטי האט פארגעשלאגן א פייער אפשטעל פאר די רוסן, און הונדערטער טויזנטער אידן זענען פארשיקט געווארן אויף אוישוויץ, ווען הארטי האט פארלאנגט אן אפשטעל, זענען סמערהייט אידן שוין געווען פארשיקט, און אין בודאפעשט זענען נאך געווען 150,000 אידן.

אין אוגוסט 1944, האט הארטי ווידעראמאל פארהאנדלט מיט די רוסן, די נאציס האבן אלס נקמה פארכאפט זיין זון, און ער איז געווען געצווינגען צו רעזיגנירן, די פייל קרייץ איז ארויף צו די מאכט, מיט פערענץ סאלאשי, אלס פירער פון אונגארן, הארטי האט פארברענגט ביזן ענדע קריג אין דייטשלאנד, ווי ער איז געווען אונטער הויז ארעסט, ביז ווען די אליאירטע האבן אים באפרייט.


נאך דער מלחמה

יוגאסלאוויע האט פארלאנגט אז ער זאל פראצעסירט ווערן, פאר קריגס פארברעכנס, אבער ער איז קיינמאל נישט ערשינען פאר א געריכט, ווארשיינליך פארן פרובירן מאכן א פייער אפשטעל, ביים נירנבערג פראצעס, איז ער געווען אן עד, און דערנאך איז ער באפרייט געווארן, און ער איז געגאנגען וואוינען אין פארטוגאל.

הארטי האט געשריבן אין זיין צוואה, אז מען זאל אים באגראבן אין אונגארן, נאר נאכדעם וואס דער לעצטער רוסישער סאלדאט פארלאזט אונגארן. אין 1993 איז זיין געביין געברענגט געווארן צו קאנדערס, דאס דארף וואו ער איז געבוירן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!