אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יוני"
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|זעקסטער מאנאט אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן}} | |||
{{לוח חודשי גרגוריאני בחמש שנים|6}} | {{לוח חודשי גרגוריאני בחמש שנים|6}} | ||
רעוויזיע פון 21:17, 14 אקטאבער 2023
| |||
יוני איז דער זעקסטער מאנאט פון יאר אין די גרעגאריאנישע און יוליאנישע קאלענדארן. עס איז דער צווייטער פון פיר מאנאטן וועלכע פארמאגן דרייסיג טעג. עס הייבט זיך אלעמאל אן אין זעלבן טאג פון וואך ווי דער קומענדיגער פעברואר.
דורכאויס דעם מאנאט, אין 21 יוני, קומט פאר אין דער צפון האלבקיילעך דער זומער ווענדפונקט (עב') - דער טאג מיט די מערסטע ליכט-שעה'ן, וואס קען אויך באצייכנט ווערן אלס דער אסטראנאמישער תקופת תמוז. אין דער דרום האלבקיילעך איז דאן דער ווינטער ווענדפונקט, זייענדיג גלייך צו דעצעמבער אין דער צפון האלבקיילעך. דער מעטעאראלאגישער זומער אין צפון ווערט טראדיציאנאל גערעכנט שוין פון ערשטן טאג אין דעם מאנאט, און אזוי דער מעטעאראלאגישער ווינטער אין דרום[1].
אין אסטראלאגיע, רוקט זיך דער זון אריבער אין דעם מאנאט פון מזל תאומים צו מזל סרטן[א].
היסטאריע
די רוימער האבן גערופן דעם מאנאט Junius (אדער Iunius) אויף לאטייניש, אבער די עטימאלאגיע דערפון איז שוין אין זייערע צייטן נישט געווען קלאר. עס איז טראדיציאנאל אנגענומען אז עס איז אויפן נאמען פון די רוימישע אפגאט מיטן נאמען יונא[3]. לויט אן אנדערן מקור הייסט דער מאנאט נאך א מענטש, לוקיוס יוניוס ברוטוס, דער גרינדער פון די רוימישע רעפובליק[4].
יוני איז געווען דער פערטער מאנאט אין די עלטסטע רוימישע קאלענדאר - א קאלענדאר וואס האט אנטהאלטן צען מאנאטן פער יאר, אנגעהויבן מיט מארטיוס. יוני האט דאן פארמאגט 29 טעג, און עס איז געווען דער לעצטער מאנאט אין יאר מיט א באזונדערן נאמען, ווען די נאכפאלגנדע האבן געהייסן Quintilis, Sextilis און אזוי ווייטער. עס איז שפעטער געווארן דער זעקסטער מאנאט, נאך וואס יאנואריוס און פעברואריוס זענען צוגעלייגט געווארן צום יאר דורך דער רוימישער קעניג נומא פאפיליוס. עס האט נאך ווייטער פארמאגט בלויז 29 טעג, ביז ווען דער יוליאנישער קאלענדאר האט עס געטוישט צו דרייסיג.
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ Holidays and Lore, Spells, Rituals and Meditations ISBN 978-0-738-72159-0 p. 111
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
- ↑ Ovid, Fasti VI.1–88; H.H. Scullard, Festivals and Ceremonies of the Roman Republic (Cornell University Press, 1981), p. 126.
- ↑ Almanach général de Saint-Domingue, pour l'année 1790, http://gallica.bnf.fr/ark:/12148/bpt6k1203334d/f27, Mozard, p. 13, 1791
ציווילע מאנאטן | |
---|---|
|