אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מזרח-אייראפע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (←‏היסטאריע: הגהה)
(אויסשטעל, פארברייטערט)
שורה 8: שורה 8:
[[טעקע:Europe subregion map world factbook.svg|קליין|אייראפע איינגעטיילט אין ראיאנען לויט די [[וועלט פאקטבוך|CIA וועלט פאקטבוך]]{{ש}}{{color box|#FF8080}} מזרח אייראפע, אין איינקלאנג מיט די געוועזענע [[סאוויעטן פארבאנד]] גרעניצן דעפיניציע{{ש}}{{color box|#007FFF}} [[צפון אייראפע]]{{ש}}{{color box|#00FFFF}} [[מערב אייראפע]]{{ש}}{{color box|#F0DC82}} [[צענטראל אייראפע]]{{ש}}{{color box|#FF0000}} דרום-מערב אייראפע{{ש}}{{color box|#66FF00}} [[דרום אייראפע]]{{ש}}{{color box|#D2691E}} דרום-מזרח אייראפע]]
[[טעקע:Europe subregion map world factbook.svg|קליין|אייראפע איינגעטיילט אין ראיאנען לויט די [[וועלט פאקטבוך|CIA וועלט פאקטבוך]]{{ש}}{{color box|#FF8080}} מזרח אייראפע, אין איינקלאנג מיט די געוועזענע [[סאוויעטן פארבאנד]] גרעניצן דעפיניציע{{ש}}{{color box|#007FFF}} [[צפון אייראפע]]{{ש}}{{color box|#00FFFF}} [[מערב אייראפע]]{{ש}}{{color box|#F0DC82}} [[צענטראל אייראפע]]{{ש}}{{color box|#FF0000}} דרום-מערב אייראפע{{ש}}{{color box|#66FF00}} [[דרום אייראפע]]{{ש}}{{color box|#D2691E}} דרום-מזרח אייראפע]]
[[טעקע:Europe subregion map UN geoscheme.svg|קליין|אייראפע איינגעטיילט אין ראיאנען לויט די [[פאראייניגטע פעלקער]] סטאטיסטיק דיוויזיע{{הערה|שם=יוען}}{{ש}}{{color box|#FF8080}} מזרח אייראפע{{ש}}{{color box|#4080FF}} צפון אייראפע{{ש}}{{color box|#00FF00}} דרום אייראפע{{ש}}{{color box|#00FFFF}} מערב אייראפע]]
[[טעקע:Europe subregion map UN geoscheme.svg|קליין|אייראפע איינגעטיילט אין ראיאנען לויט די [[פאראייניגטע פעלקער]] סטאטיסטיק דיוויזיע{{הערה|שם=יוען}}{{ש}}{{color box|#FF8080}} מזרח אייראפע{{ש}}{{color box|#4080FF}} צפון אייראפע{{ש}}{{color box|#00FF00}} דרום אייראפע{{ש}}{{color box|#00FFFF}} מערב אייראפע]]
דער טערמין "מזרח אייראפע" איז ערשינען ענדע פון די [[18טער י"ה]] און אנהויב [[19טער י"ה]], צו באצייכענען א ראיאן פון לענדער וואס זענען צוריקגעבליבן טעכנאלאגיש און האבן נישט נאכגעיאגט די פארשריט פון [[מערב אייראפע]] ביים [[אינדוסטריעלע רעוואלוציע]]. אין מזרח איז פארבליבן די אלטע שטייגער רעגירונגען, געפירט דורך די עליטע וואס האבן פארקנעכטעט זייערע בירגער, אין דער צייט וואס אין מערב אייראפע איז דער סארט סיסטעם צוביסלעך אונטערגעגאנגען דורך ליבעראליזאציע.
מיט'ן ענדע פונעם [[צווייטע וועלט קריג]] זענען די לענדער, באפרייט פון די [[נאציזם|נאציס]] דורך די [[רויטע ארמיי]], ארונטערגעפאלן אונטער די סאוויעטישע הערשאפט. פון 1945 ביז 1989, דורכאויס דער [[קאלטער קריג]], האט דער [[אייזערנער פארהאנג]] צעטיילט מזרח פון מערב פאליטיש, עקאנאמיש און סאציאלאגיש. די אונטערשייד און צוריקגעבליבנקייט פון די מזרח לענדער האט נאך אנגעהאלטן פאר יארן נאכ'ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם, אבער צוביסלעך ווערט דער אונטערשייד קלענער. די און אנדערע טוישונגען דורכאויס די היסטאריע פון דעם ראיאן האבן איר געברענגט פארשידענארטיגע דעפיניציעס.
===געאגראפיש===
===געאגראפיש===
די מזרח גרעניצן זענען קלאר דעפינירט, און הייבט זיך אן מיט די גרעניצן פון אייראפע, ביי די אוראל בערג, [[אוראל טייך]], און די קאווקאזן בערג. אלע שטחים מערב דערפון זענען אין מזרח אייראפע, אריינגערעכנט מערב חלקים פון [[קאזאכסטאן]], כאטש וואס דאס לאנד איז איבערהויפט אין [[צענטראל אזיע]]. עס איז אבער נישטא א מיטל פונקט וואו מזרח און מערב אייראפע ווערן פונאנדערגעשיידט געאגראפיש, און די מערב גרעניצן ווערן דעפינירט דורך עטנישע, קולטורעלע און פאליטישע פאַקטאָרן.
די מזרח גרעניצן זענען קלאר דעפינירט, און הייבט זיך אן מיט די גרעניצן פון אייראפע, ביי די אוראל בערג, [[אוראל טייך]], און די קאווקאזן בערג. אלע שטחים מערב דערפון זענען אין מזרח אייראפע, אריינגערעכנט מערב חלקים פון [[קאזאכסטאן]], כאטש וואס דאס לאנד איז איבערהויפט אין [[צענטראל אזיע]]. עס איז אבער נישטא א מיטל פונקט וואו מזרח און מערב אייראפע ווערן פונאנדערגעשיידט געאגראפיש, און די מערב גרעניצן ווערן דעפינירט דורך עטנישע, קולטורעלע און פאליטישע פאַקטאָרן.
שורה 66: שורה 70:


==היסטאריע==
==היסטאריע==
דער טערמין "מזרח אייראפע" איז ערשינען ענדע פון די [[18טער י"ה]] און אנהויב [[19טער י"ה]], צו באצייכענען א ראיאן פון לענדער וואס זענען צוריקגעבליבן טעכנאלאגיש און האבן נישט נאכגעיאגט די פארשריט פון [[מערב אייראפע]] ביים [[אינדוסטריעלע רעוואלוציע]]. אין מזרח איז פארבליבן די אלטע שטייגער רעגירונגען, געפירט דורך די עליטע וואס האבן פארקנעכטעט זייערע בירגער, אין דער צייט וואס אין מערב אייראפע איז דער סארט סיסטעם צוביסלעך אונטערגעגאנגען דורך ליבעראליזאציע.  
די ערשטע באקאנטע חילוקים צווישן מזרח און מערב אין אייראפע שטאמען פון די היסטאריע פון די [[רוימישע אימפעריע]]. די פראווינצן אויף מזרח האבן בעיקר גערעדט [[גריכיש]], און פארמירט א אורבאניזירטע [[העלעניזם|העלענישע ציוויליזאציע]]. אין קאנטראסט, האבן די טעריטאריעס אויף מערב בעיקר אדאפטירט [[לאטייניש]]. דער קולטורעלער און לינגוויסטישער טיילונג איז עווענטועל געווארן פארשטערקערט, מיט די פאליטישע מזרח-מערב טיילונג פון די אימפעריע. דער מערב-רוימישע אימפעריע איז געפאלן אין [[5טער י"ה]], פארשארפנדיג די חילוקים צווישן די ראיאנען ווען דער [[ביזאנטישע אימפעריע|מזרח-רוימישע אימפעריע]] האט נאך אנגעהאלטן טויזנט יאר דערויף.
 
אין אנהייב פונעם [[מיטל אלטער]], זענען פארגעקומען באדייטנדע מיגראציעס אינעם ראיאן, אריינגערעכנט די סלאווישע וואנדערונגען וועלכע האבן געברענגט צום אויפקום פון די סלאוויש-רעדנדע לענדער, ווי [[רוס פון קיעוו|קיעווער רוס]] און די [[היסטאריע פון פוילן|פריע פוילן]]. דער קיעווער רוס, אין היינטיגע [[אוקראינע]] און רוסלאנד, איז געווען א מאכטפולע לאנד וואס איז אויפגעקומען אין [[9טער י"ה]], און האט געשפילט א צענטראלע ראלע אין פארשפרייטן דעם קריסטנטום אין דעם ראיאן.


מיט'ן ענדע פונעם [[צווייטע וועלט קריג]] זענען די לענדער, באפרייט פון די [[נאציזם|נאציס]] דורך די [[רויטע ארמיי]], ארונטערגעפאלן אונטער די סאוויעטישע הערשאפט. פון 1945 ביז 1989, דורכאויס דער [[קאלטער קריג]], האט דער [[אייזערנער פארהאנג]] צעטיילט מזרח פון מערב פאליטיש, עקאנאמיש און סאציאלאגיש. די אונטערשייד און צוריקגעבליבנקייט פון די מזרח לענדער האט נאך אנגעהאלטן פאר יארן נאכ'ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם, אבער צוביסלעך ווערט דער אונטערשייד קלענער.
אין [[13טער י"ה]] האט די [[מאנגאלישע אימפעריע]], אונטער [[דזשינגיס כאן]] און זיינע נאכפאלגער, אינוואדירט און אקופירט גרויסע חלקים פון מזרח-אייראפע, אריינגערעכנט קיעווער רוס{{הערה|Denis Sinor, "The Mongols in the West." ''Journal of Asian History'' 33.1 (1999): 1-44 [http://www.m-hosseini.ir/mongol/articles-1/43.pdf online]}}.


==זעט אויך==
==זעט אויך==

רעוויזיע פון 13:31, 13 סעפטעמבער 2023

דיגיטאל געפארעמטע אייראפע מיט א בליק אויף מזרח

מזרח אייראפע איז א געאגראפישע ראיאן אינעם אייראפעאישער קאנטינענט. דער טערמין איז פילדייטיג און איר באדייט און גרעניצן ווערן דעפינירט דורך פארשידענע פאַקטאָרן, ווי געאגראפיע, עטניציטעט, קולטור און רעליגיע, געאפאליטיק און עקאנאמיע.

די געאגראפישע גרעניצן הייבן זיך אן אין מזרח אויפ'ן אייראפעאישער טייל פון רוסלאנד, מערב פון די אוראל און קאווקאז בערג. עס ציט זיך מערב צו די רוסישע מערב גרעניץ, און געווענליך ווערט אויך אריינגערעכנט די דערנעבנדע בעלארוס און אוקראינע. לויזערע הגדרות לייגן צו אויך אלע לענדער וואס האבן אויסגעמאכט דעם ווארשע פאקט אונטער'ן איינפלוס פון סאוויעט רוסלאנד. קולטורעל ווערט עס געווענליך דעפינירט אלס לענדער מיט דאמינירנדע עטנישע סלאוון, און ארטאדאקסישע קריסטן.

באדייטן

אייראפע איינגעטיילט אין ראיאנען לויט די CIA וועלט פאקטבוך
  מזרח אייראפע, אין איינקלאנג מיט די געוועזענע סאוויעטן פארבאנד גרעניצן דעפיניציע
  צפון אייראפע
  מערב אייראפע
  צענטראל אייראפע
  דרום-מערב אייראפע
  דרום אייראפע
  דרום-מזרח אייראפע
אייראפע איינגעטיילט אין ראיאנען לויט די פאראייניגטע פעלקער סטאטיסטיק דיוויזיע[1]
  מזרח אייראפע
  צפון אייראפע
  דרום אייראפע
  מערב אייראפע

דער טערמין "מזרח אייראפע" איז ערשינען ענדע פון די 18טער י"ה און אנהויב 19טער י"ה, צו באצייכענען א ראיאן פון לענדער וואס זענען צוריקגעבליבן טעכנאלאגיש און האבן נישט נאכגעיאגט די פארשריט פון מערב אייראפע ביים אינדוסטריעלע רעוואלוציע. אין מזרח איז פארבליבן די אלטע שטייגער רעגירונגען, געפירט דורך די עליטע וואס האבן פארקנעכטעט זייערע בירגער, אין דער צייט וואס אין מערב אייראפע איז דער סארט סיסטעם צוביסלעך אונטערגעגאנגען דורך ליבעראליזאציע.

מיט'ן ענדע פונעם צווייטע וועלט קריג זענען די לענדער, באפרייט פון די נאציס דורך די רויטע ארמיי, ארונטערגעפאלן אונטער די סאוויעטישע הערשאפט. פון 1945 ביז 1989, דורכאויס דער קאלטער קריג, האט דער אייזערנער פארהאנג צעטיילט מזרח פון מערב פאליטיש, עקאנאמיש און סאציאלאגיש. די אונטערשייד און צוריקגעבליבנקייט פון די מזרח לענדער האט נאך אנגעהאלטן פאר יארן נאכ'ן צוזאמענפאל פון קאמוניזם, אבער צוביסלעך ווערט דער אונטערשייד קלענער. די און אנדערע טוישונגען דורכאויס די היסטאריע פון דעם ראיאן האבן איר געברענגט פארשידענארטיגע דעפיניציעס.

געאגראפיש

די מזרח גרעניצן זענען קלאר דעפינירט, און הייבט זיך אן מיט די גרעניצן פון אייראפע, ביי די אוראל בערג, אוראל טייך, און די קאווקאזן בערג. אלע שטחים מערב דערפון זענען אין מזרח אייראפע, אריינגערעכנט מערב חלקים פון קאזאכסטאן, כאטש וואס דאס לאנד איז איבערהויפט אין צענטראל אזיע. עס איז אבער נישטא א מיטל פונקט וואו מזרח און מערב אייראפע ווערן פונאנדערגעשיידט געאגראפיש, און די מערב גרעניצן ווערן דעפינירט דורך עטנישע, קולטורעלע און פאליטישע פאַקטאָרן.

די פאראייניגטע פעלקער סטאטיסטיק דיוויזיע דעזיגנירט די פאלגנדע לענדער אלס מזרח אייראפע: אונגארן, אוקראינע, בעלארוס, בולגאריע, טשעכיי, מאלדאווע, סלאוואקיע, פוילן, רומעניע, און מערב רוסלאנד. די אלע לענדער האלטן די מזרח אייראפעאישער זייגער, אויסער רוסלאנד און בעלארוס[1][2].

רעליגיעז

זינט די צעטיילונג פונעם קריסטליכן קירכע אום 1054 איז געווארן א ריס צווישן די לענדער אין מזרח אייראפע וואס האבן אנגעהערט צום מזרח ארטאדאקסישן קירכע וועלכע זענען געווען פאראייניגט מיט'ן רעליגיע, סלאווישע שפראכן און קירילישע שריפט, און די מערב לענדער, וואס האבן אנגעהערט צום קאטוילישן און שפעטער פראטעסטאנטישע קירכעס.

די צעטיילונג איז איין וועג צו דעפינירן די גרעניצן פון מזרח אייראפע, די מזרח ארטאדאקסיש דאמינירטע לענדער ווערן פאררעכנט אלס מזרח, אריינגערעכנט:

*גריכנלאנד ווערט אין מערסטנס פעלער נישט פאררעכנט אלס מזרח אייראפע טראץ איר גרויסע ארטאדאקסישע מערהייט, זייענדיג קולטורעל מער באאיינפלוסט פון דער מיטל מזרח, און וויבאלד פאליטיש איז עס נישט געווען קאמוניסטיש[3].

די קאטויליש און פראטעסטאנטיש דאמינירטע לענדער פון מערב און צענטראל אייראפע זענען אויסער די מזרח גרעניצן, און וועלן געהערן צו צענטראל אדער מערב אייראפע לויט דעם דעפיניציע, אריינגערעכנט די באלקאן לענדער, פוילן, טשעכיי סלאוואקיע און אונגארן.

געאפאליטיש

דורכאויס די קאלטע קריג, און אויך היינט נאך די צוזאמפאל פונעם אייזערנעם פארהאנג, ווערט דער טערמין "מזרח אייראפע" רעפערירט צו די קאמוניסטישע לענדער, אלס נאך א וועג צו באצייכענען די מזרח בלאק אדער ווארשע פאקט, און וועט אריינרעכענען די לענדער[4]:

די באלקאן לענדער (עסטלאנד, לעטלאנד און ליטא) ווערן היינט געווענליך פאררעכנט אלס טייל פון צפון אייראפע, צוליב געאגראפישע און קולטורעלע נאנטשאפט פון דעם ראיאן[5].

היינט וואס קאמוניזם איז שוין לאנג געפאלן, די אייראפעאישע פאראיין האט זיך אויסגעברייטערט, די עקאנאמיעס און לעבנס באדינגונגען פון די אמאל-ארעמערע "מזרח" לענדער דערנענטערן זיך צו מערב, און מערסטנס אמאליגע מזרח לענדער האבן היינט דעמאקראטישע רעגירונגען, איז ווייניגער מערקבאר פאליטישע און עקאנאמישע אורזאכן וואס זאל פונאנדערשיידן מזרח און מערב, און דערפאר איז היינט מער אנגענומען צו נוצן געאגראפישע און קולטורעלע דעפיניציעס[6].

היסטאריע

די ערשטע באקאנטע חילוקים צווישן מזרח און מערב אין אייראפע שטאמען פון די היסטאריע פון די רוימישע אימפעריע. די פראווינצן אויף מזרח האבן בעיקר גערעדט גריכיש, און פארמירט א אורבאניזירטע העלענישע ציוויליזאציע. אין קאנטראסט, האבן די טעריטאריעס אויף מערב בעיקר אדאפטירט לאטייניש. דער קולטורעלער און לינגוויסטישער טיילונג איז עווענטועל געווארן פארשטערקערט, מיט די פאליטישע מזרח-מערב טיילונג פון די אימפעריע. דער מערב-רוימישע אימפעריע איז געפאלן אין 5טער י"ה, פארשארפנדיג די חילוקים צווישן די ראיאנען ווען דער מזרח-רוימישע אימפעריע האט נאך אנגעהאלטן טויזנט יאר דערויף.

אין אנהייב פונעם מיטל אלטער, זענען פארגעקומען באדייטנדע מיגראציעס אינעם ראיאן, אריינגערעכנט די סלאווישע וואנדערונגען וועלכע האבן געברענגט צום אויפקום פון די סלאוויש-רעדנדע לענדער, ווי קיעווער רוס און די פריע פוילן. דער קיעווער רוס, אין היינטיגע אוקראינע און רוסלאנד, איז געווען א מאכטפולע לאנד וואס איז אויפגעקומען אין 9טער י"ה, און האט געשפילט א צענטראלע ראלע אין פארשפרייטן דעם קריסטנטום אין דעם ראיאן.

אין 13טער י"ה האט די מאנגאלישע אימפעריע, אונטער דזשינגיס כאן און זיינע נאכפאלגער, אינוואדירט און אקופירט גרויסע חלקים פון מזרח-אייראפע, אריינגערעכנט קיעווער רוס[7].

זעט אויך

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 "United Nations Statistics Division - Standard Country and Area Codes Classifications (M49)-Geographic Regions".
  2. "Regions of Europe: Eastern Europe". "Eastern Europe".
  3. Peter John, Local Governance in Western Europe, University of Manchester, 2001, ISBN 9780761956372
  4. Ramet, Sabrina P. (1998). Eastern Europe: politics, culture, and society since 1939. Indiana University Press. p. 15. ISBN 978-0253212566. "די באלקאנען".
  5. Division, United Nations Statistics. "UNSD — Methodology". unstats.un.org.
  6. ""Eastern Europe" Wrongly labelled" (7 January 2010).  Frank H. Aarebrot (14 May 2014). The handbook of political change in Eastern Europe. Edward Elgar Publishing. pp. 1–. ISBN 978-1-78195-429-4.
  7. Denis Sinor, "The Mongols in the West." Journal of Asian History 33.1 (1999): 1-44 online

קאַטעגאָריע:מזרח אייראפע קאַטעגאָריע:אייראפע מוסטער:קרד/ויקי/אנגלית