אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תמוז"
(בילד) |
(פארברייטערט) |
||
שורה 4: | שורה 4: | ||
חודש תמוז פאלט אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן [[יוני]]-[[יולי]] אין [[גרעגאריאנישער קאלענדאר|גרעגאריאנישן קאלענדאר]], און עס באצייכנט דער אנהויב פון [[זומער]] אין דעם [[צפון האלבקיילעך]] און פון [[ווינטער]] אין דעם [[דרום האלבקיילעך]] (וואו עס איז גלייך צו חודש [[טבת]] אין צפון האלבקיילעך). | חודש תמוז פאלט אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן [[יוני]]-[[יולי]] אין [[גרעגאריאנישער קאלענדאר|גרעגאריאנישן קאלענדאר]], און עס באצייכנט דער אנהויב פון [[זומער]] אין דעם [[צפון האלבקיילעך]] און פון [[ווינטער]] אין דעם [[דרום האלבקיילעך]] (וואו עס איז גלייך צו חודש [[טבת]] אין צפון האלבקיילעך). | ||
אין רוב יארן, פאלט אויס [[פיר תקופות|תקופת תמוז]] אין דעם חודש. | |||
== אין דער לוח == | == אין דער לוח == | ||
שורה 14: | שורה 16: | ||
"תמוז" איז געווען דער נאמען פון א מעסאפאטאמישער אפגאט, וואס ווערט אויך דערמאנט אין פסוק: {{ציטוטון|וַיָּבֵא אֹתִי אֶל פֶּתַח שַׁעַר בֵּית ה' אֲשֶׁר אֶל הַצָּפוֹנָה וְהִנֵּה שָׁם הַנָּשִׁים יֹשְׁבוֹת מְבַכּוֹת אֶת הַ'''תַּמּוּז'''}}{{הערה|{{תנ"ך|יחזקאל|ח|יד}}}}. לויט די מפרשים שטאמט דער טערמין פון [[אראמיש]] פאר "אנהייצן", ווייל דעם אפגאט פלעגט מען הייצן פון אינעווייניג{{הערה|{{תנ"ך|יחזקאל|ח|יד|מפרש=רש"י}}}}. אויך דער חודש קען אזוי הייסן צוליב די [[היץ]] פון זומער, און איז ביי אידן נישט אויפן נאמען פון די [[עבודה זרה]]{{הערה|{{אוצר החכמה|קלמן אליעזר פרנקל|עולת החודש|12832|עמוד=85}}}}. | "תמוז" איז געווען דער נאמען פון א מעסאפאטאמישער אפגאט, וואס ווערט אויך דערמאנט אין פסוק: {{ציטוטון|וַיָּבֵא אֹתִי אֶל פֶּתַח שַׁעַר בֵּית ה' אֲשֶׁר אֶל הַצָּפוֹנָה וְהִנֵּה שָׁם הַנָּשִׁים יֹשְׁבוֹת מְבַכּוֹת אֶת הַ'''תַּמּוּז'''}}{{הערה|{{תנ"ך|יחזקאל|ח|יד}}}}. לויט די מפרשים שטאמט דער טערמין פון [[אראמיש]] פאר "אנהייצן", ווייל דעם אפגאט פלעגט מען הייצן פון אינעווייניג{{הערה|{{תנ"ך|יחזקאל|ח|יד|מפרש=רש"י}}}}. אויך דער חודש קען אזוי הייסן צוליב די [[היץ]] פון זומער, און איז ביי אידן נישט אויפן נאמען פון די [[עבודה זרה]]{{הערה|{{אוצר החכמה|קלמן אליעזר פרנקל|עולת החודש|12832|עמוד=85}}}}. | ||
די פאלאשן רופן דעם חודש תמוס. | דער נאמען ווערט אויסגעטייטשט אין [[חסידות|ספרי חסידות]] אלס [[רמז]] צו די צייטן פון [[תשובה]] וועלכע דערנענטערן זיך, זייענדיג [[ראשי תיבות]] "'''ז'''מני '''ת'''שובה '''מ'''משמשין '''ו'''באין"{{הערה|אור למאיר, פרשת שלח}}. | ||
די פאלאשן רופן דעם חודש 'תמוס'. | |||
תמוז איז אויך דער נאמען פאר דער מאנאט פון [[יולי]] אין פילע לענדער אין [[מיטל מזרח]]. | תמוז איז אויך דער נאמען פאר דער מאנאט פון [[יולי]] אין פילע לענדער אין [[מיטל מזרח]]. | ||
== סימבאלן == | == סימבאלן == | ||
דער [[גלגל המזלות|מזל]] פון דעם חודש איז מזל סרטן{{הערה|[[ספר יצירה]] [https://www.sefaria.org.il/Otzar_Midrashim%2C_Sefer_Yetzirah.5.11 פרק ה' משנה י']}}, צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די [[זון]] אין דעם חודש{{ביאור|די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן {{קישור שפה|עברית|מישור המילקה|עקליפטיק}}, אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט{{הערה|{{רמב"ם|יסודי התורה|ג|ז}}}}.}}. אין די [[ים המלח מגילות]] פון דער כת פון קומראן איז מזל אריה דער מזל פון חודש תמוז. | דער [[גלגל המזלות|מזל]] פון דעם חודש איז מזל סרטן{{הערה|שם=יצירה|[[ספר יצירה]] [https://www.sefaria.org.il/Otzar_Midrashim%2C_Sefer_Yetzirah.5.11 פרק ה' משנה י']}}, צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די [[זון]] אין דעם חודש{{ביאור|די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן {{קישור שפה|עברית|מישור המילקה|עקליפטיק}}, אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט{{הערה|{{רמב"ם|יסודי התורה|ג|ז}}}}.}}. אין די [[ים המלח מגילות]] פון דער כת פון קומראן איז מזל אריה דער מזל פון חודש תמוז. | ||
לויט דער [[זוהר]], איז חודש תמוז קעגן [[שבט יהודה]]{{הערה|{{זוהר|א|קעג|א}}. אזוי שטייט אויך אין מגלה עמוקות, פרשת בא.}}. לויט אנדערע, איז עס קעגן [[שבט ראובן]]{{הערה|{{ילקוט שמעוני|שמות|תיח}}; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר}}, אדער קעגן [[שבט נפתלי]]{{הערה|יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'}}. | |||
חודש תמוז איז קעגן דעם אות [[ח]]{{הערה|שם=יצירה}}. | |||
== מועדים וזמנים == | == מועדים וזמנים == |
רעוויזיע פון 20:26, 27 יוני 2023
תמוז איז דער צענטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער פערטער חודש ציילנדיג פון ניסן.
חודש תמוז פאלט אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן יוני-יולי אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, און עס באצייכנט דער אנהויב פון זומער אין דעם צפון האלבקיילעך און פון ווינטער אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש טבת אין צפון האלבקיילעך).
אין רוב יארן, פאלט אויס תקופת תמוז אין דעם חודש.
אין דער לוח
אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז תמוז אלעמאל א "חודש חסר" פון 29 טעג[1]. דער פאריגער חודש איז אלעמאל א "חודש מלא", מיט דרייסיג טעג, און ראש חודש תמוז באשטייט דעריבער פון צוויי טעג: ל' סיון און א' תמוז[1]. דער חודש קען זיך אנהייבן אין א זונטאג, דינסטאג, דאנערשטאג אדער פרייטאג[2].
נאמען
אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש הרביעי"[3]. דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "תמוז" אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, פון אכד'יש Dumuzi[4], און אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז עס אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ[5].
"תמוז" איז געווען דער נאמען פון א מעסאפאטאמישער אפגאט, וואס ווערט אויך דערמאנט אין פסוק: ”וַיָּבֵא אֹתִי אֶל פֶּתַח שַׁעַר בֵּית ה' אֲשֶׁר אֶל הַצָּפוֹנָה וְהִנֵּה שָׁם הַנָּשִׁים יֹשְׁבוֹת מְבַכּוֹת אֶת הַתַּמּוּז”[6]. לויט די מפרשים שטאמט דער טערמין פון אראמיש פאר "אנהייצן", ווייל דעם אפגאט פלעגט מען הייצן פון אינעווייניג[7]. אויך דער חודש קען אזוי הייסן צוליב די היץ פון זומער, און איז ביי אידן נישט אויפן נאמען פון די עבודה זרה[8].
דער נאמען ווערט אויסגעטייטשט אין ספרי חסידות אלס רמז צו די צייטן פון תשובה וועלכע דערנענטערן זיך, זייענדיג ראשי תיבות "זמני תשובה ממשמשין ובאין"[9].
די פאלאשן רופן דעם חודש 'תמוס'.
תמוז איז אויך דער נאמען פאר דער מאנאט פון יולי אין פילע לענדער אין מיטל מזרח.
סימבאלן
דער מזל פון דעם חודש איז מזל סרטן[10], צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די זון אין דעם חודש[א]. אין די ים המלח מגילות פון דער כת פון קומראן איז מזל אריה דער מזל פון חודש תמוז.
לויט דער זוהר, איז חודש תמוז קעגן שבט יהודה[12]. לויט אנדערע, איז עס קעגן שבט ראובן[13], אדער קעגן שבט נפתלי[14].
חודש תמוז איז קעגן דעם אות ח[10].
מועדים וזמנים
- שבעה עשר בתמוז – א תענית וואס באצייכנט דעם טאג ווען די חומה פון ירושלים איז געבראכן געווארן, בעפאר דעם צווייטן חורבן בית המקדש.
- בין המצרים – די טעג אין חודש פון י"ז תמוז ביז תשעה באב, וועלכע זענען טעג פון טרויער נאך דעם חורבן בית המקדש.
צו ליינען מער
- יעקב ליכט, מועדי ישראל: זמנים ומועדים בתקופת המקרא ובימי בית־שני, באנד 3 אין די סעריע "ספריית האנציקלופדיה המקראית", מוסד ביאליק, 1988. ISBN 9653425153
- "תַּמּוּז", יהודה דוד אייזנשטיין (רעדאקטאר), אוצר ישראל, ניו יארק: פרדס, תשי"ב, חלק י, עמוד 270, אויף היברובוקס
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכות ד'–ה'
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
- ↑ ירמיהו לט, ב
- ↑ W. Muss-Arnolt, "The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents", Journal of Biblical Literature 11, 1892, עמ' 72–94 doi: 10.2307/3259081
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
- ↑ יחזקאל ח, יד
- ↑ רש"י, יחזקאל ח, יד
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע קלמן אליעזר פרנקל, עולת החודש - ↑ אור למאיר, פרשת שלח
- ↑ 10.0 10.1 ספר יצירה פרק ה' משנה י'
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
- ↑ ספר הזוהר, חלק א, דף קע"ג, עמוד א'. אזוי שטייט אויך אין מגלה עמוקות, פרשת בא.
- ↑ ילקוט שמעוני, שמות, רמז תי"ח; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר
- ↑ יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'
חדשים פון יאר | ||
---|---|---|
|