אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי יצחק טווערסקי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:רבי יצחק טווערסקי צו רבי יצחק טווערסקי אן לאזן א ווייטערפירונג)
שורה 55: שורה 55:
{{מיון רגיל:טווערסקי, יצחק}}
{{מיון רגיל:טווערסקי, יצחק}}


[[:קאַטעגאָריע:סקווירא]]
[[קאַטעגאָריע:סקווירא]]
[[:קאַטעגאָריע:אוקראינער אידן]]
[[קאַטעגאָריע:אוקראינער אידן]]
[[:קאַטעגאָריע:רוסישע אדמורי"ם]]
[[קאַטעגאָריע:רוסישע אדמורי"ם]]
[[:קאַטעגאָריע:טווערסקי פאמיליע]]
[[קאַטעגאָריע:טווערסקי פאמיליע]]
[[:קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[HE:רבי יצחק טברסקי (סקווירא)]]
[[HE:רבי יצחק טברסקי (סקווירא)]]
{{דרעפט}}

רעוויזיע פון 13:48, 19 מאי 2023

סקווערער רבי
רבי יצחק טווערסקי
געבורט 1812
ה'תקע"ב
טשערנאביל
פטירה 1885 (אלט: 73 בערך)
י"ז ניסן ה'תרמ"ה
סקווירא
כינוי רבי איציקל סקווערער
מקום קבורה סקווירא
ווייב טאכטער פון רבי דן פון ראדוויל, חיה מלכה טאכטער פון רבי ישראל פון רוזשין, חנה סימא טאכטער פון רבי נפתלי צבי פון סקווירא
דינאסטיע סקווירא
קינדער רבי אברהם יהושע העשיל, רבי מנחם נחום פון שפיקוב, רבי ישראל, רבי דוד
ערשטער סקווערער רבי
ה'תר"ח

רבי יצחק טווערסקי (ה'תקע"בי"ז ניסן ה'תרמ"ה), איז געווען דער ערשטער סקווערער רבי.

ביאגראפיע

רבי יצחק איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תקע"ב צו רבי מרדכי טווערסקי פון טשערנאביל און צו פייגא טאכטער פון רבי דוד לייקעס. ווען ער איז געווען א האלב יאר בעפאר די בר מצוה[1], האט ער געהייראט א טאכטער פון רבי דן פון ראדוויל, וועלכער איז געווען א זון פון רבי יצחק פון ראדוויל (זון פון רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב) און אן איידעם פון אפטער רב, און געהאט מיט איר צוויי קינדער. נאך וואס זי איז אוועק האט ער חתונה געהאט צו חיה מלכה, א טאכטער פון רבי ישראל פון רוזשין, אבער זי איז אוועק אן צו לאזן קינדער. רבי איציקל האט שטארק געשעצט זיין שווער דער רוזשינער, און אויך נאך וואס זיין ווייב איז אוועק פלעגט ער זיך אלעמאל פאררופן אלס זיין איידעם[2]. ער האט דערנאך חתונה געהאט צו חנה סימא, א טאכטער פון רבי נפתלי צבי, וועלכער איז געווען דער רב פון סקווירא און א זון פון רבי אהרן טיטיעווער (אייניקל פון דער בעל שם טוב), און איז אריבער וואוינען נעבן אים.

נאך די פטירה פון זיין טאטן, אום כ' אייר ה'תקצ"ז, האבן זיינע ברידער אנגעהויבן פירן רעביסטווע, אבער רבי יצחק האט זיך אפגעהאלטן דערפון ביז צום יאר ה'תר"ח, וואס דעמאלט איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב פון סקווירא אויפן פלאץ פון זיין שווער, און האט אנגעהויבן פירן אדמו"רות.

אנדערש ווי זיין טאטע און טייל פון זיינע ברידער, איז רבי יצחק געווען א שווייגנדער, און האט זיך צוריק געהאלטן פון רעדן פאר'ן ציבור. ער איז אויך נישט ארומגעפארן צו זיינע חסידים, אנדערש ווי זיינע ברידער, און אויך ווען ער איז אנגעזאגט געווארן צו פארן צו די בעדער אלס רפואה, איז ער בלויז געפארן איין מאל[3].

רבי יצחק איז אוועק י"ז ניסן ה'תרמ"ה, און ער איז באהאלטן געווארן אין סקווירא. דריי פון זיינע זין האבן איבער גענומען זיין פלאץ אין סקווירא.

קינדער

פון זיווג ראשון:

פון זיווג שלישי:

זעט אויך

צו ליינען מער

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. ילקוט מאורי אור, (שיכון-סקווירא תשס"א), עמוד שס"ג
  2. בעלוץ צדיקים, שיכון-סקווירא תש"ס, עמוד רנ"ד

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יצחק אלפסי, אנציקלופדיה לחסידות - ב