אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דער איד"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(פארברייטערט)
אין תקציר עריכה
שורה 17: שורה 17:


==היסטאריע==
==היסטאריע==
די צייטונג איז געגרינדעט געוואָרן אין תשי"ג (1953) דורך אהרן ראָזמאַרין, וועלכער איז פריער געווען איינער פון די שרייבער אין [[דער מארגען זשורנאל]]. רעלאטיוו צו יידישע צייטונגען דעמאלט, איז דער איד געווען די צייטונג וואס איז די מערסטע אידענטיפיצירט מיט די ארטאדאקסטן אין [[פאראייניגטע שטאטן|אמעריקע]]. דער ערשטער רעדאקטאר איז געווען דער [[דענקער]] [[אוריאל צימער]].
די צייטונג איז געגרינדעט געוואָרן אין תשי"ג (1953) דורך דר. אהרן ראָזמאַרין, וועלכער איז פריער געווען איינער פון די שרייבער אין [[דער מארגען זשורנאל]]. רעלאטיוו צו יידישע צייטונגען דעמאלט, איז דער איד געווען די צייטונג וואס איז די מערסטע אידענטיפיצירט מיט די ארטאדאקסטן אין [[פאראייניגטע שטאטן|אמעריקע]]. דער ערשטער רעדאקטאר איז געווען דער [[דענקער]] [[אוריאל צימער]].


ארום תשט"ו (1955) האט ראזמארין פארקויפט די קאנטראל פון דער צייטונג צו סאטמאר, פון דאן איז דער סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים געווארן דער ליניע-שטעלער פון דער צייטונג; א קאָנסערוואַטיוו-חסידישע און אַנטי־ציוניסטישע ליניע, אין דער קנאישער נאַטור פון סאַטמאַר. אין יענע תקופה איז די צייטונג ערשינען יעדער צוויי וואכן. דער סאטמארער רבי האט באשטימט [[בערל פרידמאן]], [[ליפא פרידמאן]]'ס זון, אלס הויפט רעדאקטאר פון דער צייטונג. די צייטונג איז געדרוקט געוואָרן איבער 40 יאָר אין [[סענדער דייטש]]'ס דרוקעריי, דייטש פּרינטינג.
ארום תשט"ו (1955) האט ראזמארין פארקויפט די קאנטראל פון דער צייטונג צו סאטמאר, פון דאן איז דער סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים געווארן דער ליניע-שטעלער פון דער צייטונג; א קאָנסערוואַטיוו-חסידישע און אַנטי־ציוניסטישע ליניע, אין דער קנאישער נאַטור פון סאַטמאַר. אין יענע תקופה איז די צייטונג ערשינען יעדער צוויי וואכן. דער סאטמארער רבי האט באשטימט [[בערל פרידמאן]], [[ליפא פרידמאן]]'ס זון, אלס הויפט רעדאקטאר פון דער צייטונג. די צייטונג איז געדרוקט געוואָרן איבער 40 יאָר אין [[סענדער דייטש]]'ס דרוקעריי, דייטש פּרינטינג.


אין תשל"ב (1972) די צייטונג איז אפּגרעידירט געווארן דורך [[חיים משה שטויבער]], און האט אנגעהויבן דעקן וועלט נייעס. זינט דאַן האט עס אנגעהויבן ארויסקומען בקביעות יעדער סוף וואך.
ארגינעל געווידמעט כמעט אויסשליסלעך צו רעליגיעזע נייעס, האט די צייטונג אונטער [[חיים משה שטויבער]] צוגעלייגט ברייטע דעקונג פון וועלט-געשעענישן אין תשל"ב (1972), כדי בעסער צו קאנקורירן מיט אנדערע יידישע צייטונגען פון וועמענס ציוניסטישע שטעלונגען די סאטמארער אידן זענען געשטאנען ווייט{{הערה|{{קישור כללי|הכותב=|כותרת=Der Blatt, the Yiddish paper that hid a massive wedding|אתר=The Forward|תאריך=אקטאבער 3, 2020|כתובת=https://forward.com/forverts-in-english/459220/what-is-der-blatt-the-hasidic-newspaper-that-hid-news-of-a-massive-super/}}}}. זינט דאַן האט עס אנגעהויבן ארויסקומען בקביעות יעדער סוף וואך. אין תש"פ האט עס אנגעהויבן צעשפּרייט ווערן מיטוואך, אנשטאט דאנערשטאג{{הערה|"[https://ahblicklive.com/post.php?u_id=M39nqFJlAqMqQFWCCDi דער איד און דער בלאט ביים מעלדן אין די זעלבע צייט מיט'ן זעלבן נוסח אז פון היינט און ווייטער וועלן זיי ערשיינען אין די געשעפטן וועכנטליך מיטוואך אנשטאט דארנעשטאג]".}}.


צום יאר תשע"ו איז די צייטונג איבערגעפרישט געווארן מיט אירע גראפיקס און צוגעלייגט נייע אפטיילונגען{{הערה|{{בחדרי חרדים||לקראת השנה החדשה: 'דער איד' עבר מתיחת פנים|185718|סעפטעמבער 12, 2015}}}}.
צום יאר תשע"ו איז די צייטונג איבערגעפרישט געווארן מיט אירע גראפיקס און צוגעלייגט נייע אפטיילונגען{{הערה|{{בחדרי חרדים||לקראת השנה החדשה: 'דער איד' עבר מתיחת פנים|185718|סעפטעמבער 12, 2015}}}}.
שורה 36: שורה 36:
אינעם צייטונג ווערט געדריקט אלע נייעס און מודעות פון אינערהאלב די סאטמארע פראקציע פון רבי זלמן לייב{{הערה|{{בחדרי חרדים||החטא ועונשו: בסאטמר מתנצלים על המסכים|808541|יוני 23, 2017}};{{ש}}{{בחדרי חרדים||כשהדער איד הסאטמרי מצטט את 'בחדרי'|200134|פעברואר 5, 2016}}}}, אבער האלט זיך צוריק פון פובליצירן בילדער פון אים אליין, ווי זיין ווילן איז{{הערה|{{בחדרי חרדים||'דער איד' הפר הוראה של פטרונו - ומיד התנצל|747633|דעצעמבער 9, 2013}}}}.
אינעם צייטונג ווערט געדריקט אלע נייעס און מודעות פון אינערהאלב די סאטמארע פראקציע פון רבי זלמן לייב{{הערה|{{בחדרי חרדים||החטא ועונשו: בסאטמר מתנצלים על המסכים|808541|יוני 23, 2017}};{{ש}}{{בחדרי חרדים||כשהדער איד הסאטמרי מצטט את 'בחדרי'|200134|פעברואר 5, 2016}}}}, אבער האלט זיך צוריק פון פובליצירן בילדער פון אים אליין, ווי זיין ווילן איז{{הערה|{{בחדרי חרדים||'דער איד' הפר הוראה של פטרונו - ומיד התנצל|747633|דעצעמבער 9, 2013}}}}.


אין סיון תשנ"ג איז פובליצירט געווארן א בריוו פון רבנים אין שטיצע פון [[שלמה העלבראנץ]] און זיין קהילה [[לב טהור]] וואס איז שפעטער באוואוסט געווארן אלס א [[קולט]].
אין סיון תשנ"ג איז פובליצירט געווארן א בריוו פון רבנים אין שטיצע פון [[שלמה העלבראנץ]] און זיין קהילה [[לב טהור]] וואס איז שפעטער באוואוסט געווארן אלס א [[קולט]]{{הערה|{{בחדרי חרדים||המסע המשותף של הלברנץ וחוגי הקנאים|813006|יולי 12, 2017}}}}.


דער הויפט רעדאקטאר פון דער צייטונג היינט איז [[אהרן פרידמאן]], און די עדיטאריעל ווערט געשריבן דורך [[משה יודא (לייב) דייטש]]. אין דער רעדאַקציע ציילן זיך אויך וואָלף דייטש און זיין פאָטער שמואל אהרן, זון פון סענדער דייטש; און [[הערשל פרידמאַן]], דער ברודער פונעם הויפט רעדאַקטאָר, וועלכער שרייבט אונטער די פּענע-נעמען "פ. הירש", "באבד" און אַנדערע נעמען.
דער הויפט רעדאקטאר פון דער צייטונג היינט איז [[אהרן פרידמאן]], און די עדיטאריעל ווערט געשריבן דורך [[משה יודא (לייב) דייטש]]. אין דער רעדאַקציע ציילן זיך אויך וואָלף דייטש און זיין פאָטער שמואל אהרן, זון פון סענדער דייטש; און [[הערשל פרידמאַן]], דער ברודער פונעם הויפט רעדאַקטאָר, וועלכער שרייבט אונטער די פּענע-נעמען "פ. הירש", "באבד" און אַנדערע נעמען.

רעוויזיע פון 04:55, 21 אפריל 2023


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:עיתון

פאראמעטער [ מייסד, סוג, תאריך ייסוד, שפה, עורך, מדינה, אתר אינטרנט ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

Internet-news-reader.svg דער איד
פאדערזייט פון דער איד, בהעלותך תשי"ט
פאדערזייט פון דער איד, בהעלותך תשי"ט
תפוצה 80,000 (2018)

דער איד איז א אידישע וואכנשריפט וואס ערשיינט אין די פאראייניגטע שטאטן. עס איז געגרינדעט געווארן אין ה'תשי"ג (1953), און ווערט היינט ארויסגעגעבן דורך סאטמארער חסידים, אבער באדינט דעם גאנצן אידיש-רעדנדיגן חרדי'שן ציבור אין אמעריקע און איבער דער וועלט.

די צייטונג'ס אינהאלט האלט זיך צו די סאטמארע שיטה, און עס פארמאגט נישט קיין שום פּראָ-מדינת ישראל אינהאלט, בלויז דאס פארקערטע.

היסטאריע

די צייטונג איז געגרינדעט געוואָרן אין תשי"ג (1953) דורך דר. אהרן ראָזמאַרין, וועלכער איז פריער געווען איינער פון די שרייבער אין דער מארגען זשורנאל. רעלאטיוו צו יידישע צייטונגען דעמאלט, איז דער איד געווען די צייטונג וואס איז די מערסטע אידענטיפיצירט מיט די ארטאדאקסטן אין אמעריקע. דער ערשטער רעדאקטאר איז געווען דער דענקער אוריאל צימער.

ארום תשט"ו (1955) האט ראזמארין פארקויפט די קאנטראל פון דער צייטונג צו סאטמאר, פון דאן איז דער סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים געווארן דער ליניע-שטעלער פון דער צייטונג; א קאָנסערוואַטיוו-חסידישע און אַנטי־ציוניסטישע ליניע, אין דער קנאישער נאַטור פון סאַטמאַר. אין יענע תקופה איז די צייטונג ערשינען יעדער צוויי וואכן. דער סאטמארער רבי האט באשטימט בערל פרידמאן, ליפא פרידמאן'ס זון, אלס הויפט רעדאקטאר פון דער צייטונג. די צייטונג איז געדרוקט געוואָרן איבער 40 יאָר אין סענדער דייטש'ס דרוקעריי, דייטש פּרינטינג.

ארגינעל געווידמעט כמעט אויסשליסלעך צו רעליגיעזע נייעס, האט די צייטונג אונטער חיים משה שטויבער צוגעלייגט ברייטע דעקונג פון וועלט-געשעענישן אין תשל"ב (1972), כדי בעסער צו קאנקורירן מיט אנדערע יידישע צייטונגען פון וועמענס ציוניסטישע שטעלונגען די סאטמארער אידן זענען געשטאנען ווייט[1]. זינט דאַן האט עס אנגעהויבן ארויסקומען בקביעות יעדער סוף וואך. אין תש"פ האט עס אנגעהויבן צעשפּרייט ווערן מיטוואך, אנשטאט דאנערשטאג[2].

צום יאר תשע"ו איז די צייטונג איבערגעפרישט געווארן מיט אירע גראפיקס און צוגעלייגט נייע אפטיילונגען[3].

די צייטונג האָט געדינט בערך 40 יאָר אַלס די איינציגע חרדישע צייטונג אין אַמעריקע, ביז ווען אברהם פרידמאַן, וועלכער האָט געדינט אלס רעדאַקטאָר פון דער צייטונג, האָט פאַרלאָזט די רעדאַקציע אין תשמ"ו (1986) און געגרינדעט 'די צייטונג' וואָס נעמט אַן אומ-פּאַרטיזאַנער צוגאַנג און איז כאַראַקטעריזירט מיט ברייטערע פּאָליטישע דעקונג ווי דער איד.

זינט דער שפּאַלטונג אין סאַטמאַר אין תש"ס, איז די צייטונג אונטער דער קאָנטראָל פון דעם אינגערן זון פון רבי משה טייטלבוים, רבי זלמן לייב, ווערנדיג געפירט דורך זיין גבאי משה פרידמאן. די חסידים פונעם ברודער, רבי אהרן, האָבן געגרינדעט אַ קאָנקורירנדן צייטונג 'דער בלאט'.

פאַרשפּרייטונג, כאַראַקטעריסטיק און רעדאַקציע

לויט דער טאַבלעט זשורנאַל, האָט דער איד אין 2018 זיך פאַרקויפט איבער דער וועלט מיט אַ צירקולאַציע פון בערך 80,000 עקזעמפּלארן. די צייטונג פובליצירט אויך אַ טעגליכע אויסגאַבע אויף אימעיל, וואָס האָט, לויט איר וועבזייטל, בערך 15,000 אבאנענטן.

ווי אנגענומען אין דער חרדישער פּרעסע, אנטזאגט זיך די צייטונג פון פּובליצירן בילדער פון פרויען און צענזורירט קולטור און ספּאָרט נייעס. אויסער דעם נעמט די צייטונג א שווערע ליניע קעגן מדינת ישראל און די ציונים, און אפילו קעגן אגודת ישראל און די אנדערע חרדישע פארטייען אין מדינת ישראל. אפטמאל שרייבט עס אפילו אין א שפאטישן און סארקאסטישן סטיל קעגן אגודת ישראל און אנדערע באוועגונגען וואס עס אידענטיפיצירט אלס ציוניסטישעמשה ויסברג, בסאטמר הורידו דמעה על לכתו של הרב לייזרזון, אויף בחדרי חרדים, יאנואר 19, 2020. די צייטונג דעקט אינערליכע סכסוכים צווישן די צוויי סאטמארער הויפן[4].

אינעם צייטונג ווערט געדריקט אלע נייעס און מודעות פון אינערהאלב די סאטמארע פראקציע פון רבי זלמן לייב[5], אבער האלט זיך צוריק פון פובליצירן בילדער פון אים אליין, ווי זיין ווילן איז[6].

אין סיון תשנ"ג איז פובליצירט געווארן א בריוו פון רבנים אין שטיצע פון שלמה העלבראנץ און זיין קהילה לב טהור וואס איז שפעטער באוואוסט געווארן אלס א קולט[7].

דער הויפט רעדאקטאר פון דער צייטונג היינט איז אהרן פרידמאן, און די עדיטאריעל ווערט געשריבן דורך משה יודא (לייב) דייטש. אין דער רעדאַקציע ציילן זיך אויך וואָלף דייטש און זיין פאָטער שמואל אהרן, זון פון סענדער דייטש; און הערשל פרידמאַן, דער ברודער פונעם הויפט רעדאַקטאָר, וועלכער שרייבט אונטער די פּענע-נעמען "פ. הירש", "באבד" און אַנדערע נעמען.

אנדערע ביישטייערער זענען, איר הויפט רעדאקטאר ביז תשס"ז חיים משה שטויבער[8], מענדל בינער[9] און יצחק ווייס פון ירושלים[10].

קאָנטראָווערסיע

אין תשמ"ג האט די צייטונג געדריקט אן ארטיקל וואס רייסט אראפ דער ליובאוויטשער רבי. אין תשמ"ה האט דער ליובאוויטשער רבי, ביי א התוועדות, נאכ'ן אראפרייסן פארשידענע מאמרים וואס איז געווען געדריקט דערין, אויסגערופן: "וויבאלד דאס ליינען זייערע "צייטונגען" קען פירן צו אומגעוואונטשענע רעזולטאטן - איז דאך דאס ליינען אן איסור גמור!", ער האט אבער נישט דערמאנט די צייטונג ביים נאמען[11]. אין אן אנדערע געלעגנהייט פריוואט האט דער ליובאוויטשער רבי אנגערופן דעם צייטונג "דער איד וואס איז אנקעגן מיר"[12].


קישורים חיצוניים

הערות שוליים

  1. Der Blatt, the Yiddish paper that hid a massive wedding, אויף The Forward, ‏אקטאבער 3, 2020
  2. "דער איד און דער בלאט ביים מעלדן אין די זעלבע צייט מיט'ן זעלבן נוסח אז פון היינט און ווייטער וועלן זיי ערשיינען אין די געשעפטן וועכנטליך מיטוואך אנשטאט דארנעשטאג".
  3. לקראת השנה החדשה: 'דער איד' עבר מתיחת פנים, אויף בחדרי חרדים, סעפטעמבער 12, 2015
  4. יוסי שטארק, השכונה הישראלית שמציתה מלחמה בין החסידיות הגדולות בעולם, אויף בחדרי חרדים, אפריל 30, 2022
  5. החטא ועונשו: בסאטמר מתנצלים על המסכים, אויף בחדרי חרדים, יוני 23, 2017;
    כשהדער איד הסאטמרי מצטט את 'בחדרי', אויף בחדרי חרדים, פעברואר 5, 2016
  6. 'דער איד' הפר הוראה של פטרונו - ומיד התנצל, אויף בחדרי חרדים, דעצעמבער 9, 2013
  7. המסע המשותף של הלברנץ וחוגי הקנאים, אויף בחדרי חרדים, יולי 12, 2017
  8. משה ויסברג, בד"ה: הפובליציסט והמנחה של סאטמר הלך לעולמו, אויף בחדרי חרדים, מאי 4, 2020
  9. משה ויסברג, לאחר מחלה: הסופר ומשב"ק הרבי הלך לעולמו, אויף בחדרי חרדים, אוגוסט 17, 2022
  10. הפגנת הפייק: בעל קו נייעס עוכב לחקירה; אחרים ירדו למחתרת, אויף בחדרי חרדים, נאוועמבער 29, 2017

  11. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    "יום ב' דחג השבועות", תורת מנחם התוועדויות תשמ"ה ד
  12. מצמרר: כשהרבי אמר על חסיד שהוא "מבוגר", אויף חב"ד אונליין, ‏כ"ז ניסן ה׳תשע״ד (העברעאיש); יוסף אשכנזי, קונטרס בקדש פנימה (עמ' 44-45)

קאטעגאריע:המכלול ארטיקלען