אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי חיים ברים"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(רעדאגירונג, פארברייטערט)
שורה 6: שורה 6:
געבוירן אין [[אלטשטאט ירושלים]] צו רבי מרדכי דוד ברים, א באיאנער חסיד{{הערה|געווען אן אפשטאמיגער פון א [[גאליציע|גאליציאנער]] משפחה פון [[צאנז (חסידות)|צאנז]]ער חסידים, גערופן אויפן נאמען פונעם שטאם-פאטער, רבי יצחק מאיר קלאגסברוין (ברי"מ: ב'ני ר'בי י'צחק מ'רדכי), וועלכער איז ארויפגעקומען קיין [[ארץ ישראל]] מיט זיין גאנצער משפחה און געווען געצוואונגען זיך צוריקצוקערן קיין [[חוץ לארץ]] צוליב פינאנציעלע שוועריקייטן. זיין פאטער, רבי דוד קלאגסברוין, ליגט אויפן [[הר הזיתים]]}}. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט אין [[תלמוד תורה]] און ישיבה "[[ישיבת עץ חיים|עץ חיים]]", וואו ער איז באקאנט געווארן אלס [[עילוי]] און געווען נאנט מיטן [[ראש ישיבה]], [[רבי איסר זלמן מלצר]]. אלס בחור, האט ער געלערנט אין די שבתים ב[[חברותא]] מיט [[רבי שלמה זלמן אויערבאך]], דאן א יונגערמאן, וועלכער איז שפעטער בארימט געווארן אלס איינער פון די [[פוסק]]י הדור.

ער האט חתונה געהאט מיט רוחמה הינדל, טאכטער פון [[רבי ישראל טויסיג]]. נאך זיין חתונה, האט אים זיין חבר, [[רבי אברהם יעקב וויינער]], פארבינדן מיטן זיין רבי'ן, דער "[[רבי אברהם ישעיהו קרליץ|חזון איש]]" און רבי חיים איז געווארן איינער פון זיינע נאנטסטע תלמידים. ער האט געקענט פון אויסנווייניג אלע שריפטן פונעם חזון איש און באזירט זיינע לימודים אויף די [[חידושי תורה|חידושים]] פונעם חזון איש. נאכמער, נאכן צוגעבונדן ווערן צום חזון איש, האט ער [[גניזה|גונז]] געווען אלע וואס ער האט פריער געשריבן לויטן ישיבה'שן דרך הלימוד. אין עטליכע געלעגנהייטן האט ער געדינט אלס שליח פונעם חזון איש צום בריסקער רב, [[רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק]].
ער האט חתונה געהאט מיט רוחמה הינדל, טאכטער פון [[רבי ישראל טויסיג]]. נאך זיין חתונה, האט אים זיין חבר, [[רבי אברהם יעקב וויינער]], פארבינדן מיטן זיין רבי'ן, דער "[[רבי אברהם ישעיהו קרליץ|חזון איש]]", און רבי חיים איז געווארן איינער פון זיינע נאנטסטע תלמידים. ער האט געקענט פון אויסנווייניג אלע שריפטן פונעם חזון איש און באזירט זיינע לימודים אויף די [[חידושי תורה|חידושים]] פונעם חזון איש. נאכמער, נאכן צוגעבונדן ווערן צום חזון איש, האט ער [[גניזה|גונז]] געווען אלע וואס ער האט פריער געשריבן לויטן ישיבה'שן דרך הלימוד. אין עטליכע געלעגנהייטן האט ער געדינט אלס שליח פונעם חזון איש צום בריסקער רב, [[רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק]].

===אלס מרביץ תורה===
===אלס מרביץ תורה===
שורה 16: שורה 16:

ער איז נפטר געווארן [[מוצאי שבת]], [[כ"ו אדר]] [[תשס"ב]], און באערדיגט געווארן אויפן [[הר הזיתים]].
ער איז נפטר געווארן [[מוצאי שבת]], [[כ"ו אדר]] [[תשס"ב]], און באערדיגט געווארן אויפן [[הר הזיתים]].
==זיינע ספרים==
==זיינע ספרים==
* '''מרבה חיים - שיחות''': צוועלף "[[דרשה|שמועס]]ן" וועגן תורה און עבודת ה', רבי ישראל ברים (ארויסגעבער){{הערה|זון פון זיין זון רבי מרדכי}}, ירושלים, תשס"ו
* '''מרבה חיים - שיחות''': צוועלף "[[דרשה|שמועס]]ן" וועגן תורה און עבודת ה', רבי ישראל ברים (ארויסגעבער){{הערה|זון פון זיין זון רבי מרדכי}}, ירושלים, תשס"ו

רעוויזיע פון 23:04, 12 מערץ 2023

רבי חיים ברים
מוסטער:תמונה להחלפה
קברו בהר הזיתים

רבי אברהם חיים ברים (תרפ"ב - כ"ו אדר תשס"ב) איז געווען א ירושלימ'ער, באיאנער חסיד, א תלמיד פונעם חזון איש און געדינט אלס ראש ישיבה אין עטליכע ישיבות.

ביאגראפיע

געבוירן אין אלטשטאט ירושלים צו רבי מרדכי דוד ברים, א באיאנער חסיד[1]. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט אין תלמוד תורה און ישיבה "עץ חיים", וואו ער איז באקאנט געווארן אלס עילוי און געווען נאנט מיטן ראש ישיבה, רבי איסר זלמן מלצר. אלס בחור, האט ער געלערנט אין די שבתים בחברותא מיט רבי שלמה זלמן אויערבאך, דאן א יונגערמאן, וועלכער איז שפעטער בארימט געווארן אלס איינער פון די פוסקי הדור.

ער האט חתונה געהאט מיט רוחמה הינדל, טאכטער פון רבי ישראל טויסיג. נאך זיין חתונה, האט אים זיין חבר, רבי אברהם יעקב וויינער, פארבינדן מיטן זיין רבי'ן, דער "חזון איש", און רבי חיים איז געווארן איינער פון זיינע נאנטסטע תלמידים. ער האט געקענט פון אויסנווייניג אלע שריפטן פונעם חזון איש און באזירט זיינע לימודים אויף די חידושים פונעם חזון איש. נאכמער, נאכן צוגעבונדן ווערן צום חזון איש, האט ער גונז געווען אלע וואס ער האט פריער געשריבן לויטן ישיבה'שן דרך הלימוד. אין עטליכע געלעגנהייטן האט ער געדינט אלס שליח פונעם חזון איש צום בריסקער רב, רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק.

אלס מרביץ תורה

זיין ערשטער תורה'דיגער פאזיציע האט אים דער חזון איש אנגעטראגן, דאס איז געווען צו דינען אלס שואל ומשיב אין דער סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק; דארט איז ער אויך נאנט געווארן מיט רבי יחזקאל אבראמסקי. שפעטער, האט ער געדינט אלס מגיד שיעור אין "ישיבת רוזי'ן" אין בני ברק, דערנאך אלס ראש ישיבה אין "ישיבת אוהל יעקב" בני ברק, אין "ישיבת לפלגות ראובן" ירושלים און אין "ישיבת פורת יוסף" ירושלים.

אין יאר[אויסקלארונג פארלאנגט] איז ער גערופן געווארן צו דינען אלס ראש ישיבה אין דער סקווירער ישיבה אין שיכון סקווירא, ביזן יאר תשל"ח, ווען ער האט מוותר געווען אויף זיין פאזיציע פאר זיין נאנטן חבר, רבי דוב מאיר קרויזער, און איבערגענומען רבי דוב מאיר'ס אמט אלס פרעשבורגער ראש ישיבה אין ירושלים[2]. ער האט אויך געדינט אלס ראש ישיבה פון "ישיבת משכן יוסף".

אין צוגאב צו זיין גרויסקייט אין תורה און אין חסידות, איז ער אויך געווען שטארק באקאנט מיט זיינע אויסנאמע מידות טובות[3]. פאר לאנגע יארן האט ער געדינט אלס בעל תפילה אין די ימים נוראים אין שיכון סקווירא. אין דער חסידישער וועלט איז אויך באקאנט א ניגון וואס ער פלעגט זינגען אין באיאן, וועלכער ווערט גערופן "רבי חיים ברימ'ס ניגון"[4].

ער איז נפטר געווארן מוצאי שבת, כ"ו אדר תשס"ב, און באערדיגט געווארן אויפן הר הזיתים.

זיינע ספרים

  • מרבה חיים - שיחות: צוועלף "שמועסן" וועגן תורה און עבודת ה', רבי ישראל ברים (ארויסגעבער)[5], ירושלים, תשס"ו
  • מרבה חיים - מועדים: "שמועסן" אויף די ימים טובים, רבי ישראל ברים (ארויסגעבער), ירושלים, תשס"ו, צוויי בענדער
  • מרבה חיים על הש"ס: חלק א', זרעים-מועד, רבי ישראל ברים (ארויסגעבער), ירושלים, תש"ע

זיין פאמיליע

זיין ברודער איז געווען רבי יהושע העשיל ברים, ראש ישיבת תפארת ישראל - רוז'ין. נאך א ברודער איז געווען רבי משה ברים, דער פאטער פון של רבי יהושע העשיל ברים, ראש ישיבת בוהוש. זיין זון, רבי מרדכי איז א באקאנטער מתמיד. זיין איידעם, רבי מרדכי שלמה שטיינמעץ, איז דער וויזשניצער רב אין הר נוף און ארויסגעבער פון די ספרים "שומר שבת"[6]. זיין טאכטער, אסתר, האט חתונה געהאט מיט רבי משה אלישיב, זון פון רבי יוסף שלום אלישיב.

זיינע תלמידים

ליינט מער

  • מרבה חיים, שיחות הגה"צ ר' אברהם חיים ברים זצוק"ל,
  • ישראל ברים, שנות חיים: תולדות חייו של הגה"צ רבי אברהם חיים ברים זצוק"ל, ירושלים, תשס"ח (צוויי בענדער)
  • מפעל מעיינות החסידות, ראש הישיבה רבי חיים, אין "אורות" אויסגאבע, נומער 146, שיכון סקווירא, צו-שמיני תשפ"ב

דרויסנדע לינקען

רעפערענצן

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער
  1. געווען אן אפשטאמיגער פון א גאליציאנער משפחה פון צאנזער חסידים, גערופן אויפן נאמען פונעם שטאם-פאטער, רבי יצחק מאיר קלאגסברוין (ברי"מ: ב'ני ר'בי י'צחק מ'רדכי), וועלכער איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל מיט זיין גאנצער משפחה און געווען געצוואונגען זיך צוריקצוקערן קיין חוץ לארץ צוליב פינאנציעלע שוועריקייטן. זיין פאטער, רבי דוד קלאגסברוין, ליגט אויפן הר הזיתים

  2. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יוסף מאיר האס, המבשר תורני, 0188 (מטות מסעי)

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי משה מנחם טויבנפעלד, בפקודיך אשיחה, חלק א', זייט נ"ח-נ"ט
  4. סוכות אין ויזניץ 1 ח"ב, ניגון רבי חיים ברים, שיעור צו הערן אויף "קול הלשון" אָודיאָו
  5. זון פון זיין זון רבי מרדכי

  6. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 6 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שומר שבת - א און
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    שומר שבת - ב

  7. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי יוסף ישראל אייזנבערגער, שו"ת שבטי ישראל, חלק א', אין הקדמה