אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי אדם בעל שם"
(הבהרה; שנת לידה איז כנראה אומבאקאנט) |
ק (מכלוליזאציע) |
||
שורה 5: | שורה 5: | ||
דער עלטסטער מקור איבער רבי אדם בעל שם איז א ביכל געדרוקט אינעם [[16'טער יארהונדערט|16'טן יארהונדערט]] אין פראג און אין אמסטערדאם{{הערה|"איין מעכטיג שין מעשה", אראפגעברענגט בשלימות דורך משה הלל, '''בעלי שם''', מכון בני יששכר: ירושלים, תשנ"ג, זייט 217 און ווייטער}}, אנגעבליך עטליכע יאר נאך זיין הסתלקות, וואו עס ווערט דערציילט פארשידענע וואונדער וואס ער האט באוויזן פארן קייזער [[מאקסימיליאן דער צווייטער]]. צווישן אנדערן, ווערט דארט פארציילט אז ער האט אריבערגעברענגט א גאנצן פאלאץ פון [[שפאניע]] קיין [[פראג]], [[בעהמען]]. אט-די געשיכטע, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, ווערט אויך געברענגט אין שבחי הבעל שם טוב{{הערה|שם=שבחי|רבי דוב בער מלינץ, '''שבחי הבעש"ט''', קאפושט, תקע"ה, דף א עמוד ב}}. לויט יענעם ביכל, איז ער געבוירן אין א שטעטל ווינג נעבן [[פראנקפורט]]. | דער עלטסטער מקור איבער רבי אדם בעל שם איז א ביכל געדרוקט אינעם [[16'טער יארהונדערט|16'טן יארהונדערט]] אין פראג און אין אמסטערדאם{{הערה|"איין מעכטיג שין מעשה", אראפגעברענגט בשלימות דורך משה הלל, '''בעלי שם''', מכון בני יששכר: ירושלים, תשנ"ג, זייט 217 און ווייטער}}, אנגעבליך עטליכע יאר נאך זיין הסתלקות, וואו עס ווערט דערציילט פארשידענע וואונדער וואס ער האט באוויזן פארן קייזער [[מאקסימיליאן דער צווייטער]]. צווישן אנדערן, ווערט דארט פארציילט אז ער האט אריבערגעברענגט א גאנצן פאלאץ פון [[שפאניע]] קיין [[פראג]], [[בעהמען]]. אט-די געשיכטע, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, ווערט אויך געברענגט אין שבחי הבעל שם טוב{{הערה|שם=שבחי|רבי דוב בער מלינץ, '''שבחי הבעש"ט''', קאפושט, תקע"ה, דף א עמוד ב}}. לויט יענעם ביכל, איז ער געבוירן אין א שטעטל ווינג נעבן [[פראנקפורט]]. | ||
אין ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה אז רבי אדם האט צוערשט געלערנט ביי רבי שלמה שמואל אין | אין ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה אז רבי אדם האט צוערשט געלערנט ביי רבי שלמה שמואל אין {{קישור שפה|עברית|פולאצק|פאלאצק}} און ווען ער איז געווען דריי און דרייסיג יאר אלט איז ער אריבער צו דער ישיבה פון [[רבי יואל בעל שם]] אין [[זאמאשטש]], דארט האט ער געלערנט קבלה און געווארן א מיטגליד אין א חבורה [[ל"ו צדיקים|צדיקים נסתרים]]. די חבורה איז אריגינעל געגרינדעט געווארן דורך [[רבי אליהו לואנץ|רבי אליהו בעל שם]] פון [[ווירמייזא]], דערנאך האט רבי יואל בעל שם איבערגענומען די פירערשאפט און שפעטער, אין יאר [[תנ"ח]], האט רבי אדם דאס איבערגענומען{{הערה|רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, '''ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות''' צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ה}}. | ||
==זיין שייכות מיטן בעל שם טוב== | ==זיין שייכות מיטן בעל שם טוב== | ||
שורה 18: | שורה 18: | ||
==זיין אידענטיטעט== | ==זיין אידענטיטעט== | ||
[[קובץ:Rohatyn Jewish Cemetery (8).jpg|קליין|לינקס|250px|א מאנומענט אינעם אידישן [[בית עלמין|בית החיים]] אין | [[קובץ:Rohatyn Jewish Cemetery (8).jpg|קליין|לינקס|250px|א מאנומענט אינעם אידישן [[בית עלמין|בית החיים]] אין ראהאטין, וועלכע קאנצענטרירט זיך איבער רבי אברהם דוד משה, גערופן רבי אד"ם, אינדענטיפיצירט אלס רבי אדם בעל שם דורך רבי ראובן מרגליות]] | ||
אזויווי רבי אדם בעל שם איז פאר אסאך יארן געווען באקאנט בלויז פונעם ספר שבחי הבעל שם טוב, האבן געוויסע חוקרים, א שטייגער ווי שמואל אבא האראדעצקי, אינגאנצן פארלייקנט זיין עקזיסטענץ{{הערה|שם=אלפסי|יצחק אלפסי, "רבי ישראל בעל שם טוב - חייו ותורתו", '''שנה בשנה''' מ, היכל שלמה, תש"ס.}}. אין יאר [[תשכ"ג]] האט דער חוקר חנא שמרוק באקאנט געמאכט אין אן ארטיקל אז אינעם 16'טן יארהונדערט האט עקזיסטירט א בעל מופת רבי אדם בעל שם און אז ביכלעך איבער זיינע וואונדער זענען געדרוקט געווארן, וואס צוויי אזעלכע ביכלעך געפינען זיך אין [[אקספארד]], אין דער באדליענער ביבליאטעק{{הערה|חנא שמרוק, "הסיפורים על ר׳ אדם בעל שם וגילגוליהם בנוסחאות ספר שבחי הבעש״ט", '''ציון''' כח. זייט 86–105.}}. דאס טוט טאקע פעסטשטעלן אז רבי אדם בעל שם האט עקזיסטירט{{הערה|שם=מונד}}, אבער לויט די ביכלעך, האט ער געלעבט אין די צייטן פון קייזער מאקסימיליאן דער צווייטער, אומגעפער 150 יאר איידער דעם בעל שם טוב{{הערה|שם=שלום}}. | אזויווי רבי אדם בעל שם איז פאר אסאך יארן געווען באקאנט בלויז פונעם ספר שבחי הבעל שם טוב, האבן געוויסע חוקרים, א שטייגער ווי שמואל אבא האראדעצקי, אינגאנצן פארלייקנט זיין עקזיסטענץ{{הערה|שם=אלפסי|יצחק אלפסי, "רבי ישראל בעל שם טוב - חייו ותורתו", '''שנה בשנה''' מ, היכל שלמה, תש"ס.}}. אין יאר [[תשכ"ג]] האט דער חוקר חנא שמרוק באקאנט געמאכט אין אן ארטיקל אז אינעם 16'טן יארהונדערט האט עקזיסטירט א בעל מופת רבי אדם בעל שם און אז ביכלעך איבער זיינע וואונדער זענען געדרוקט געווארן, וואס צוויי אזעלכע ביכלעך געפינען זיך אין [[אקספארד]], אין דער באדליענער ביבליאטעק{{הערה|חנא שמרוק, "הסיפורים על ר׳ אדם בעל שם וגילגוליהם בנוסחאות ספר שבחי הבעש״ט", '''ציון''' כח. זייט 86–105.}}. דאס טוט טאקע פעסטשטעלן אז רבי אדם בעל שם האט עקזיסטירט{{הערה|שם=מונד}}, אבער לויט די ביכלעך, האט ער געלעבט אין די צייטן פון קייזער מאקסימיליאן דער צווייטער, אומגעפער 150 יאר איידער דעם בעל שם טוב{{הערה|שם=שלום}}. | ||
*אין די [[טשערנאבילער גזע|טשערנאבילער הויפן]] איז אנגענומען אז רבי אדם בעל שם איז געווען "רבי נחום גאון", דער זיידע פון [[רבי מנחם נחום טווערסקי|רבי מנחם נחום מטשערנאביל]]{{הערה|מקורות צוזאמענגענומען אינעם ארטיקל פון הרב שלמה אבי"ש, "רבותיו וכתביו של רבינו הבעש"ט הקדוש זיע"א", '''היכל הבעש"ט''' יג, היכל מנחם, תשס"ז. הערה 16}}; און לויט אן אנדער גירסא איז ער געווען "רבי נחום שוסטאק", א זון פון רבי נחום גאון (געבוירן נאך זיין פטירה){{הערה|בצלאל לנדוי, '''הבעש"ט ובני היכלו''', בני ברק: נצח, תשכ"א. זייט ש"מ}}{{הערה|רבי חיים יוסף אריה פראגער, '''כתבי ר' יאשע שו"ב''', עמוד קיא}}. | *אין די [[טשערנאבילער גזע|טשערנאבילער הויפן]] איז אנגענומען אז רבי אדם בעל שם איז געווען "רבי נחום גאון", דער זיידע פון [[רבי מנחם נחום טווערסקי|רבי מנחם נחום מטשערנאביל]]{{הערה|מקורות צוזאמענגענומען אינעם ארטיקל פון הרב שלמה אבי"ש, "רבותיו וכתביו של רבינו הבעש"ט הקדוש זיע"א", '''היכל הבעש"ט''' יג, היכל מנחם, תשס"ז. הערה 16}}; און לויט אן אנדער גירסא איז ער געווען "רבי נחום שוסטאק", א זון פון רבי נחום גאון (געבוירן נאך זיין פטירה){{הערה|בצלאל לנדוי, '''הבעש"ט ובני היכלו''', בני ברק: נצח, תשכ"א. זייט ש"מ}}{{הערה|רבי חיים יוסף אריה פראגער, '''כתבי ר' יאשע שו"ב''', עמוד קיא}}. | ||
*[[הרב ראובן מרגליות]] האט אידענטיפיצירט רבי אדם בעל שם אלס רבי דוד משה אברהם פון | *[[הרב ראובן מרגליות]] האט אידענטיפיצירט רבי אדם בעל שם אלס רבי דוד משה אברהם פון {{קישור שפה|עברית|רוהאטין|ראהאטין}} (נפטר [[ה'תק"י]]), מחבר פון ספר מרכבת המשנה אויף [[מכילתא דרבי ישמעאל|מכילתא]]{{הערה|שם=אלפסי}}. רבי דוד משה אברהם איז באקאנט געווען מיטן צונאמען אד"ם וואס איז די ראשי תיבות פון זיין נאמען, און דער בעל שם טוב האט ביי אים געהאט [[שימוש חכמים]]{{הערה|יהודה ראטען, '''מרכבת המשנה''', לעמבערג, תרנ"ה, הקדמת המביא לבית הדפוס.}}. | ||
*פראפעסאר [[גרשום שלום]] האט גע'טענה'ט אז רבי אדם בעל שם און זיינע כתבים, זענען א שלייער פאר די כתבים פון [[רבי העשיל צורף]] וואס זענען געווען ביים בעל שם טוב און [[מתנגדים]] האבן שפעטער באשולדיגט אז עס האט [[שבתאות|שבתאי'שע אינהאלט]]{{הערה|שם=שלום|גרשום שלום, "התנועה השבתאית בפולין", ישראל הלפרין (רעדאקטאר), '''בית ישראל בפולין''' ב, המחלקה לעניני הנוער של ההסתדרות הציונית, תשי"ד}}. רבי ראובן מרגליות, [[אברהם רובינשטיין]] און [[יהושע מונדשיין]]{{הערה|שם=מונד|יהושע מונדשיין, '''שבחי הבעש"ט''', ירושלים, תשמ"ב. זייט 58}} האבן שטארק קריטיקירט שלום'ס באהויפטונג מיט כראנאלאגישע און לאגישע טענות. | *פראפעסאר [[גרשום שלום]] האט גע'טענה'ט אז רבי אדם בעל שם און זיינע כתבים, זענען א שלייער פאר די כתבים פון [[רבי העשיל צורף]] וואס זענען געווען ביים בעל שם טוב און [[מתנגדים]] האבן שפעטער באשולדיגט אז עס האט [[שבתאות|שבתאי'שע אינהאלט]]{{הערה|שם=שלום|גרשום שלום, "התנועה השבתאית בפולין", ישראל הלפרין (רעדאקטאר), '''בית ישראל בפולין''' ב, המחלקה לעניני הנוער של ההסתדרות הציונית, תשי"ד}}. רבי ראובן מרגליות, [[אברהם רובינשטיין]] און [[יהושע מונדשיין]]{{הערה|שם=מונד|יהושע מונדשיין, '''שבחי הבעש"ט''', ירושלים, תשמ"ב. זייט 58}} האבן שטארק קריטיקירט שלום'ס באהויפטונג מיט כראנאלאגישע און לאגישע טענות. | ||
==ליינט מער== | ==ליינט מער== |
רעוויזיע פון 20:00, 30 יאנואר 2023
רבי אדם בעל שם (16-17'טער יארהונדערט) איז געווען א מקובל און בעל מופת, בעיקר באקאנט פארן שיקן כתבים אין קבלה צום בעל שם טוב, ווי עס ווערט פארציילט אין ספר שבחי הבעל שם טוב.
צווישן די היסטאריקער זענען פארהאן מיינונגס-פארשידנהייטן איבער זיין אידענטיטעט און פארשידענע שפעקולאציעס זענען אויפגעברענגט געווארן דערוועגן. משכיל'ישע פארשערס האבן פרובירט צו זאגן אז ער באהאלט הינטער זיך א קשר צווישן חסידות און שבתאות אדער פראנקיזם. אין חסידות ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה מיט מער דעטאלן איבער אים, צווישן אנדערן אז ער האט געוואוינט אין ראפשיץ, געווען א תלמיד פון רבי יואל בעל שם און געפירט א חבורה פון צדיקים נסתרים. אין דער כערסאנער גניזה זענען פארהאן עטליכע בריוו פון אים צום בעל שם טוב.
לעבן און שאפן
דער עלטסטער מקור איבער רבי אדם בעל שם איז א ביכל געדרוקט אינעם 16'טן יארהונדערט אין פראג און אין אמסטערדאם[1], אנגעבליך עטליכע יאר נאך זיין הסתלקות, וואו עס ווערט דערציילט פארשידענע וואונדער וואס ער האט באוויזן פארן קייזער מאקסימיליאן דער צווייטער. צווישן אנדערן, ווערט דארט פארציילט אז ער האט אריבערגעברענגט א גאנצן פאלאץ פון שפאניע קיין פראג, בעהמען. אט-די געשיכטע, מיט מינדערוויכטיגע שינויים, ווערט אויך געברענגט אין שבחי הבעל שם טוב[2]. לויט יענעם ביכל, איז ער געבוירן אין א שטעטל ווינג נעבן פראנקפורט.
אין ליובאוויטש איז אנגענומען א מסורה אז רבי אדם האט צוערשט געלערנט ביי רבי שלמה שמואל אין פאלאצק (עב') און ווען ער איז געווען דריי און דרייסיג יאר אלט איז ער אריבער צו דער ישיבה פון רבי יואל בעל שם אין זאמאשטש, דארט האט ער געלערנט קבלה און געווארן א מיטגליד אין א חבורה צדיקים נסתרים. די חבורה איז אריגינעל געגרינדעט געווארן דורך רבי אליהו בעל שם פון ווירמייזא, דערנאך האט רבי יואל בעל שם איבערגענומען די פירערשאפט און שפעטער, אין יאר תנ"ח, האט רבי אדם דאס איבערגענומען[3].
זיין שייכות מיטן בעל שם טוב
לויט דער ליובאוויטשער מסורה, האט רבי אדם בעל שם, אויף דער אנווייזונג פון אחיה השילוני, זיך אפגעזאגט פון פירן די חבורה פון צדיקים נסתרים און איבערגעגעבן די פירערשאפט צום בעל שם טוב[4].
אין דער כערסאנער גניזה, וועלכע ווערט ביי אסאך אנגענומען אלס פאלש[5], זענען דא עטליכע בריוו אין וועלכע רבי אדם דרוקט אויפן בעל שם טוב נתגלה צו ווערן[6]. ווי עס איז אבער משמע אין די בריוו, האבן זיי זיך קיינמאל פערזענליך געטראפן[7].
אין ספר שבחי הבעל שם טוב ווערט דערציילט אז רבי אדם האט געטראפן אין א הייל כתבים אין סודות התורה און קבלה מעשית, וואס נאכן עס לערנען איז ער געווארן א גרויסער בעל מופת, און איידער זיין פטירה, האט ער געהייסן זיין זון עס איבערגעבן צו "ישראל בן אליעזר פון אקופ", דאס איז דער בעל שם טוב, וועלכער איז דאן געווען בלויז פערצן יאר אלט. עס ווערט דארט ווייטער געשילדערט באריכות וויאזוי דער זון האט אויסגעפירט די צוואה[2]. דער בעל שם טוב האט אויך געהאט א תהלים פון רבי אדם בעל שם[8].
דאס יאר פון זיין פטירה
לויטן שבחי הבעל שם טוב, איז רבי אדם נסתלק געווארן ווען דער בעל שם טוב איז געווען פערצן יאר אלט[9], דאס קומט אויס צווישן שנת ה'תס"ד און שנת ה'תע"ד. אין סדר הדורות החדש שטייט אבער אז רבי אדם האט געלעבט אסאך איידערן בעל שם טוב[8]. אין דער כערסאנער גניזה, זענען די בריוו פון רבי אדם דאטירט ביז אייר שנת תצ"ה[10].
זיין אידענטיטעט
אזויווי רבי אדם בעל שם איז פאר אסאך יארן געווען באקאנט בלויז פונעם ספר שבחי הבעל שם טוב, האבן געוויסע חוקרים, א שטייגער ווי שמואל אבא האראדעצקי, אינגאנצן פארלייקנט זיין עקזיסטענץ[11]. אין יאר תשכ"ג האט דער חוקר חנא שמרוק באקאנט געמאכט אין אן ארטיקל אז אינעם 16'טן יארהונדערט האט עקזיסטירט א בעל מופת רבי אדם בעל שם און אז ביכלעך איבער זיינע וואונדער זענען געדרוקט געווארן, וואס צוויי אזעלכע ביכלעך געפינען זיך אין אקספארד, אין דער באדליענער ביבליאטעק[12]. דאס טוט טאקע פעסטשטעלן אז רבי אדם בעל שם האט עקזיסטירט[13], אבער לויט די ביכלעך, האט ער געלעבט אין די צייטן פון קייזער מאקסימיליאן דער צווייטער, אומגעפער 150 יאר איידער דעם בעל שם טוב[14].
- אין די טשערנאבילער הויפן איז אנגענומען אז רבי אדם בעל שם איז געווען "רבי נחום גאון", דער זיידע פון רבי מנחם נחום מטשערנאביל[15]; און לויט אן אנדער גירסא איז ער געווען "רבי נחום שוסטאק", א זון פון רבי נחום גאון (געבוירן נאך זיין פטירה)[16][17].
- הרב ראובן מרגליות האט אידענטיפיצירט רבי אדם בעל שם אלס רבי דוד משה אברהם פון ראהאטין (עב') (נפטר ה'תק"י), מחבר פון ספר מרכבת המשנה אויף מכילתא[11]. רבי דוד משה אברהם איז באקאנט געווען מיטן צונאמען אד"ם וואס איז די ראשי תיבות פון זיין נאמען, און דער בעל שם טוב האט ביי אים געהאט שימוש חכמים[18].
- פראפעסאר גרשום שלום האט גע'טענה'ט אז רבי אדם בעל שם און זיינע כתבים, זענען א שלייער פאר די כתבים פון רבי העשיל צורף וואס זענען געווען ביים בעל שם טוב און מתנגדים האבן שפעטער באשולדיגט אז עס האט שבתאי'שע אינהאלט[14]. רבי ראובן מרגליות, אברהם רובינשטיין און יהושע מונדשיין[13] האבן שטארק קריטיקירט שלום'ס באהויפטונג מיט כראנאלאגישע און לאגישע טענות.
ליינט מער
- רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ה
- משה הלל, בעלי שם, מכון בני יששכר: ירושלים, תשנ"ג.
- חנא שמרוק, "הסיפורים על ר׳ אדם בעל שם וגילגוליהם בנוסחאות ספר שבחי הבעש״ט", ציון כח. זייט 86–105.
רעפערענצן
- ↑ "איין מעכטיג שין מעשה", אראפגעברענגט בשלימות דורך משה הלל, בעלי שם, מכון בני יששכר: ירושלים, תשנ"ג, זייט 217 און ווייטער
- ↑ 2.0 2.1 רבי דוב בער מלינץ, שבחי הבעש"ט, קאפושט, תקע"ה, דף א עמוד ב
- ↑ רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ה
- ↑ רבי יוסף יצחק שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבינ'ס זכרונות צווייטער טייל, כפר חב"ד: קה"ת, תשל"ד. פרק ע"ט
- ↑ זע אויספירליכע באריכט דורך יצחק רפאל, "גניזת חרסון", סיני פא, מוסד הרב קוק, תשל"ז.
- ↑ איגוד תלמידי התמימים, קובץ התמים חוברת ב', ווארשא, תרצ"ו.
- ↑ רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, ליקוטי שיחות כרך כג, ניו יארק: קה"ת, תש"ס. זייט 333
- ↑ 8.0 8.1 מנחם מנדל בודק, סדר הדורות החדש, סאטמאר, תש"א. דף ב עמוד א
- ↑ רבי דוב בער מלינץ, שבחי הבעש"ט, קאפושט, תקע"ה, דף ב עמוד א
- ↑ איגוד תלמידי התמימים, קובץ התמים חוברת ד', ווארשא, תרצ"ז. עמוד ט
- ↑ 11.0 11.1 יצחק אלפסי, "רבי ישראל בעל שם טוב - חייו ותורתו", שנה בשנה מ, היכל שלמה, תש"ס.
- ↑ חנא שמרוק, "הסיפורים על ר׳ אדם בעל שם וגילגוליהם בנוסחאות ספר שבחי הבעש״ט", ציון כח. זייט 86–105.
- ↑ 13.0 13.1 יהושע מונדשיין, שבחי הבעש"ט, ירושלים, תשמ"ב. זייט 58
- ↑ 14.0 14.1 גרשום שלום, "התנועה השבתאית בפולין", ישראל הלפרין (רעדאקטאר), בית ישראל בפולין ב, המחלקה לעניני הנוער של ההסתדרות הציונית, תשי"ד
- ↑ מקורות צוזאמענגענומען אינעם ארטיקל פון הרב שלמה אבי"ש, "רבותיו וכתביו של רבינו הבעש"ט הקדוש זיע"א", היכל הבעש"ט יג, היכל מנחם, תשס"ז. הערה 16
- ↑ בצלאל לנדוי, הבעש"ט ובני היכלו, בני ברק: נצח, תשכ"א. זייט ש"מ
- ↑ רבי חיים יוסף אריה פראגער, כתבי ר' יאשע שו"ב, עמוד קיא
- ↑ יהודה ראטען, מרכבת המשנה, לעמבערג, תרנ"ה, הקדמת המביא לבית הדפוס.